top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

יצאה נשמתו בטהרה: עולם התורה והדיינות באוויינט פלוצימע פטירה פון הגאון רבי יצחק שפיטצער זצ"ל מו"ץ שיכון סקווירא

  • Bechatzros admin
  • 1 באפר׳
  • זמן קריאה 2 דקות

עודכן: 1 באפר׳

דינסטאג פ' ויקרא • ג' ניסן תשפ"ה | בחצרות הקודש

תורה תורה חגרו שק, שוד ושבר בגבולינו: מיט טיפע שאק און שוידער ווערט אויפגענומען די שווערע בשורה פון שיכון סקווירא, איבער די פלוצימ'ע פטירה פון האי גאון וצדיק מגדולי המורים הרב הגאון רבי יצחק שפיטצער זצ"ל דיין ומורה צדק אין שיכון סקווירא, וועלכער האט יעצט דינסטאג פארמיטאג מחזיר געווען נשמתו ליוצרה אין בלויזן עלטער פון זיבן-און-זעכציג יאר.


יצאה נשמתו בטהרה, וזאת התורה אדם כי ימות באהל, אפילו בשעת מיתה תהא עוסק בתורה, האט דער דיין ז"ל אינמיטן מפקח זיין און געבן א הכשר אויף א מקוה טהרה אויסגעהויכט זיין נשמה, ואיננו כי לקח אותו אלקים.


דער דיין זצ"ל ער איז געווען א זון פון הרה"ח ר' משה גדלי' שפיטצער ז"ל מזקני וחשובי חסידי סקווירא, און א פלומניק פון הגה"צ רבי אברהם חיים שפיטצער זצ"ל רב דקהל אור החיים בארא פארק. ער איז געווען פון די געהויבענע תורה געשטאלטן בעולם ההוראה, און בפרט אין שיכון סקווירא, וואו ער איז שוין צענדליגער יארן מורה הוראה בישראל, ווערנדיג נתמנה דורך יבלחט"א כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א לשרת בקודש על כס ההוראה, און במשך שנים רבות האט ער מרביץ געווען תורה ודבר ה' זו הלכה פאר טויזנטער שואלים.


ובפרט איז ער געווען באקאנט מיט זיינע קלארע פסקים און בירורי הלכה אין די מקצועות פון "תחומים" און "מקוואות" אין וואס ער איז געווען א יחיד מומחה און אויסגערופענער מורה ודאין, ווערנדיג אנגעפרעגט אין די דאזיגע הלכות פון די גאנצע וועלט, און ער האט זיך פערזענליך אפגעגעבן מיט'ן מרבה זיין טהרה בישראל און מזכה זיין היימישע געגנטער מיט מהודר'דיגע תחומין כדת וכהלכה.


ווי אויך איז דער דיין ז"ל געווען שטארק אויסגעקאכט אין דיני כתיבת סת"ם און אין מילה, בלויז לעצטנס אין די תקופה ווען כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א האט געלאזט שרייבן די נייע ספר תורה, איז דער דיין ז"ל אויסגעקליבן געווארן צו זיין אלס איינער פונעם וועד הרבנים לכתיבת ס"ת.


היינט פארמיטאג איז דער דיין ז"ל גערופן געווארן צו בודק זיין א מקוה פרטי אין שיכון סקווירא, און אינמיטן דורכגיין די פרטי הלכה און אנווייזן את המעשה אשר יעשון, איז ער פלוצים צאמגעפאלן און פארלוירן זיין באוואוסטזיין, מ'האט אין איילעניש אלארמירט הצלה, וועלכע האבן פרובירט צו ארבעטן אויף אים, אבער לדאבון לב כל בית ישראל איז געווען נישט מער ווי צו באשטעטיגן אז ער איז מער נישט בין החיים, ושקעה חמה שלא בעונתה, פארשרפרייטנדיג אן ערשיטערטע אבל איבער די גאנצע שטאט.


פרטים איבער די לוי' וועט נאכפאלגן. וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ה'.

ביים בודק זיין די מקווה טהרה, בלויז געציילטע מינוט בעפאר זיין פלוצלומדיגע פטירה.


Comments


bottom of page