ברוך דיין האמת: פריצייטיגע פטירה פון הגה"צ רבי יחזקאל שרגא דוד היילפרין זצ"ל דומ"ץ צאנז רמות מרביץ תורה ומורה ודאין
- בחצרות הקודש
- 10 במאי
- זמן קריאה 2 דקות
עודכן: 11 במאי
מוצאי שבת פ' אחרי קדושים • י"ב אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש

ברוך דיין האמת: מיט פארווייטאגטע געפילן איז יעצט מוצאי שבת אויפגענומען געווארן די ביטערע בשורה יוצא משערי ירושלים עיר הקודש איבער די פריצייטיגע פטירה פון בנן של קדושים האי גאון וחסיד, מרביץ תורה און מורה ודאין, הגה"צ רבי יחזקאל שרגא דוד היילפרין זצ"ל דומ"ץ צאנז רמות וועלכער איז נפטר געווארן בדמי ימיו אין עלטער פון ניין און פופציג יאהר נאכן זיך מוטשען די לעצטערע תקופה מיט א שווערע מחלה ה"י.
די חשובע נפטר איז געוועהן דער עלסטער זון פון יבדל לחיים טובים כ"ק הגה"צ רבי יצחק ארי' לייבוש היילפרין שליט"א גאב"ד ראדאמישלא, און א איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מסטראפקוב שליט"א, יאהרן לאנג האט ער געדינט אלס דיין און מורה צדק אין ק"ק צאנז במקום מושבו אין שכונת רמות - ירושלים, אין צוגאב האט ער מרביץ תורה געווען פאר בחורי חמד און די צאנזער ישיבה אין ירושלים און נאך ישיבות קדושות. ער האט ארויסגעשיינט מיט זיין גוט הארץ און גאלדענע מידות טובות, און איז געווען שטארק נערץ און ארויפגעקוקט ביי זיינע ידידים און באקאנטע, וועלכע האבן גאר שווער אויפגענומען די בשורת איוב.
מיט עטליכע חדשים צוריק איז ער ליידער דיאגנאזירט געווארן מיט די ביטערע מחלה ה"י, טראץ די שווערע יסורים האט ער ווייטער ממשיך געווען מיט זיין סדר היום און הרבצת התורה. עטליכע וואכן צוריק איז אנטשטאנען א דראסטישע פארערגערונג אין זיין מצב, און אידן איבער די וועלט האבן כסדר מעתיר געוועהן לרפואתו השלימה, ביז היינט מוצאי שבת ווען ער האט צוריקגעגעבן זיין ריינע אויסגעלייטערטע נשמה ליוצרה, אין בליענדן עלטער פון ניין און פופציג יאהר, איבערלאזנדיג א הערליכע דור, גאר חשובע קינדער מרביצי תורה און מורי הוראה, צווישן זיי צוויי יתומים וואס ער האט נישט זוכה געווען אונטערפירן אונטער די חופה ל"ע.
פרטים איבער די לויה וועט נאכפאלגן, שנשמע ונתבשר בשורות טובות ושלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו.


Komentar