דאנערשטאג פ' אחרי קדושים - ו' אייר תשפ"ג
דעם היינטיגן טאג ו' אייר איז ביי חסידי וויז'ניץ א יומא דפגרא ווען אין דעם טאג ווערט אפגעצייכענט די 78'סטע יום הבהיר פון מרן האדמו''ר מוויז'ניץ שליט''א לאורך ימים ושנים טובות, נעכטן אויפדערנאכט נאך מעריב במקום הנופש אין דאוואס שווייץ האט די רבי שליט''א אפגעראכטן א שולחן לחיים אינאיינעם מיט די מקורבים אין משמשים בקודש, עס איז אויך געוועהן אנזווענד די בארימטער וויז'ניצער נגיד ר' מתיתיהו גרוזינגער וועלכע האט בשם כל הקהל הקודש חסידי וויז'ניץ די בכל אתר ואתר אנגעווינטשן דעם רבין אריכות ימים ושנים מתוך בריות גופא ונהורא מעליא הרחבת הדעת אין שלוות הנפש, אין מען האט געזינגען ניגוני שמחה, אין דערנאך האט די רבי שליט''א משמיע געוועהן דברות קודש ארומרעדנדיג מעניני יום הולדת.
חסידי וויז'ניץ בכל רחבי תבל וועלן אין דעם טאג מרבה זיין בתפילות ובקשות לאריכת ימיו ושנותיו פונעם רבין שליט''א, גלייכצייטיג איז געמאלדן געווארן אז די אלע וועלכע וועלן מסיים זיין גאנץ ספר תהילים אין דעם טאג וועלן זוכה זיין פארשריבן צו ווערן אין א ספעציעלער כוללות קוויטל וואס וועט איבערגעגעבן ווערן פארן רבין בעצם יום המסוגל ל''ג בעומר.
Comments