top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

וחסידים ברנה יגילו • גרויסער ציבור באטייליגט זיך ביי די חתונה בחצרות סאטמאר - משכנות הרועים - תולדות אהרן

זונטאג פ' ויקהל • כ"ג אדר א' תשפ"ד | בחצרות הקודש


מיט געהויבענע געמיטער האבן זיך אלפי חסידי סאטמאר מיטגעפריידט ביי די שמחה הגדולה, די חתונה פון נכדת כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א וואס איז געפראוועט געווארן פארלאפענעם מיטוואך (כי תשא) ברוב שמחה וצהלה, בסימן טוב ובמזל טוב.


עס איז געגאנגען אונטער די חופה הכלה בת הרה"צ ר׳ אלעזר טייטלבוים שליט״א בן הגה"צ אב"ד בית אהרן שליט"א מיט די חתן א זוהן פון הרה"ג ר' יוסף קאהן שליט"א בן הגה"צ ראש ישיבת תולדות אהרן שליט"א וחתן כ"ק האדמו"ר מ'משכונות הרועים שליט"א ממנהיגי היהדות הנאמנה בארץ הקודש.


ביים מעמד קבלת פנים האט מען געזינגען ניגוני התעוררות ודביקות, אין עס האט אויפגעטרעטן מיט דברי כיבושין בדחנא דמלכא הר"ר שמואל ביקעל שליט"א וועלכע האט אויסגערעכענט די הייליגע יחוס פון חתן כלה, דער רבי האט מסדר געווען די כתובה, אין דאן געטריקנען לחיים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די חתן מחותנים די זיידעס און פארן גאנצן ציבור. דערנאך איז דער רבי אריבער צום באדעקן און די זאלן פון ויואל משה, פארן ארויסגיין צום חופה האט דער רבי געבענטשט די חתן כנהוג.


מיט סידור קידושין ביים מעמד החופה האט דער רבי מכבד געווען די זיידע כ''ק האדמו״ר ממשכונות הרועים שליט"א, מיט קריאת הכתובה איז מכובד געווארן כ"ק האדמו״ר מקיוויאשד שליט״א אן עלטער פעטער פון די כלה, ברכות ראשונות: הגה"צ אב"ד בית אהרן שליט"א די זיידע פון כלה, הגה"צ אב"ד זענטא שליט״א אן עלטער פעטער פון די כלה, הגה״צ ראש ישיבת תולדות אהרן שליט״א די זיידע פון די חתן, ברכה אחריתא די זיידע כ''ק האדמו"ר מסאטמאר שליט"א.


עדי קידושין זענען געוועהן הרה"ג ר׳ ישראל שטרענגער שליט"א ר"מ בישיבת בוהוש בני ברק, אין הרה״ג ר׳ יעקב מרדכי גאלדמאן שליט״א אב״ד לב אליהו בית שמש. נאכן חופה האט דער רבי אנגעוואונטשן ברכת הקודש פארן גאנצן ציבור, און זיך ארויסגעלאזט אין א ריקוד מיט די זיידעס און מחותנים.


נאך א קורצע הפסקה איז דער רבי אריינגעקומען און עטרת אברהם זאל צום סעודת החתונה ווערנדיג ענטפאנגען לקול תרועת השמחה, דער רבי האט זיך באגריסט מיט די אדמור"ם ורבנים וקרובי המשפחה, די רבי איז געטאנצן אויפן אויבן אן, און דערנאך זיך געוואשן צום סעודה, נאך די פיש האט דער רבי געטרינקען לחיים און געוואונטשען פארן גאנצן ציבור. א קורצע צייט דערויף איז דער חתן אריינגעקומען און זאל, דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן מיט די חתן און דערנאך מכבד געווען די זיידעס און מחותנים צו טאנצן מיטן חתן, דערנאך איז דער גאנצע ציבור אדורך וואונטשן מזל טוב פארן רבי'ן שליט"א אין די מחותנים.


מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען גיסו הגה"צ רבי משה שפיטץ אב"ד ביסטריץ, מיט די שבע ברכות זענען מכובד געווארן הגה״צ ר׳ יחיאל לייפער שליט"א אב"ד בני יששכר, הגה''צ אב''ד סערעט וויזניץ - לעיקוואד, הגה״צ אב"ד סאטמאר ירושלים, הרה"ג ר׳ עקיבא יוסף ראבינאוויטש שליט״א ר''מ בישיבת תורת משה סאטמאר מאנטריאל, אין הרה"ג ר׳ שמעון ישראל מייזליש שליט״א,


ברכה אחריתא: הגה״צ ר׳ יושע לייפער שליט"א אב"ד באר משה פרעמישלאן.


דערנאך האט דער בדחנא דמלכה הר״ר יושע ברוך גראס שליט״א אויסגערופן דעם רבין צום מצוה טאנץ, דערנאך האט מען געזינגען ניגוני התעוררות, דער רבי האט געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פארן חתן, מחותנים און די זיידעס און ברכת הקודש פארן גאנצן ציבור. דאן האט די רבי שליט"א האט אנגעטוען די צאנזער גארטל כנהוג, און בגיל ורנן צוגעטרעטן צו די ריקודי קודש לפני הכלה אנגעכאפט מיט די חתן און מחותנים, דערנאך האט דער רבי געטאנצן מיט חתנו כבנו הרה"צ אלעזר טייטלבוים שליט"א ובני משפחתו, און דערנאך מיט אחיו הגה"צ אב״ד זענטא שליט״א, גיסו הגה״צ אבד״ק סאטמאר מאנטריאל שליט"א, און די שוואגער'ס הרבנים הגאונים שליט"א, דערנאך האט דער רבי געטאנצן מיטן משפחת המלוכה נכדי אביו הרה''ק בעל ברך משה מסאטמאר זי״ע.


דערנאך האט מען אויסגעריפן צום מצוה טאנץ די זיידעס כ''ק האדמו"ר ממשכנות הרועים שליט''א אין הגה"צ ראש ישיבת תולדות אהרן, דער מחותן הרה"צ ר׳ יוסף קאהן שליט״א אבי החתן, און דער אבי הכלה הרה"צ ר׳ אלעזר טייטלבוים שליט״א , דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן מיט יעדע פון די זיידעס און מחותנים באזונדער, אין דערנאך האט דער בדחן געזאגט דברי בדחנות און אויפגעריפן חתן כלה, מען האט געזינגען אשת חיל, און דערנאך אויפן וועג ארויס האט דער רבי אנגעוואונטשן חתן כלה.

















































































bottom of page