גראנדיעזע מעמד הנחת אבן פינה אין סאטמארער יונגל קעמפ "מחנה יהודה" אין נעפאנעק געפייערט דורך אלפי תלמידי המחנה
- לפני 15 שעות
- זמן קריאה 4 דקות
מיטוואך פ' כי תצא • ו' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: יוסי גאלדבערגער - שאט די דאט
מיט גרויס פייערליכקייט איז פארלאפענעם זונטאג געפראוועט געווארן דער מעמד הנחת אבן הפינה פארן שפאגל נייעם בנין חדר האוכל אין סאטמאר'ס ערשטע קעמפ, מחנה רב טוב – מחנה יהודה, אין שפיץ כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א און מיטן השתפפות כבוד פון די נדיבי המחנה וועלכע האבן אפגעקויפט זכותים אדירים ונשגבים אינעם בנין החדש.
דער ביז יעצטיגער חדר אוכל, וואס איז געבויט געווארן גאנצע זיבעציג יאר צוריק מיטן התייסדות המחנה, בהלו נרו פונעם מייסד המחנה הרה"ק מסאטמאר זי"ע, איז שוין היבש פארעלטערט געווארן, און האט שוין נישט געהאט די מעגליכקייט צו דינען דעם טעגליכן געברויך פאר די טויזנטער קינדער אין לויף פון די זוממער חדשים.
דעריבער איז אונטערגענומען גאווארן דעם פראיעקט איבערצובויען דעם גיגאנטישע "עס זאל" געביידע, וואס איז ערווארטעט אפצוקאסטן העכער פינף מיליאן דאלאר, צושטעלנדיג אלע צוגעהערן פאר די תלמידי המחנה אויפ'ן היינטיגן סטאנדארט מיט'ן פולן פראכט און גלאנץ.
לכבוד די פריידיגע הרחבת גבולי הקדושה האט מען געהאט די זכי', אז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א איז געקומען צו פארן ממעון קדשו אין מחנה דברי יואל, צו באשיינען און מפאר זיין בראש החגיגה הרוממה, און אין די זעלבע צייט אפשטאטן א געהויבענע ביקור קודש ביי די תלמידי מחנה יהודה – נעפאנעק.
דער רבי שליט"א אין באגלייטונג פון די מנהלים און נדיבים איז צוערשט אנגעקומען צום יעצטיגן עס-זאל, מיטצוהאלטן די התרגשות'דיגע ברכת המזון פון די אלפי התשב"ר.
מיט פאסיגע דיבורים מלא התרגשות האט מקבל פנים געווען דעם רבי'ן, דער מחנך הר"ר אברהם זאנוויל ווייס שליט"א, און דערנאך האבן די קינדער אנגעהויבן בענטשן בקול אדיר וחזק מילה במילה הויך אויפ'ן קול, בשעת ווען דער רבי קוקט זיך אום אויף די תשב"ר מיט א שטארקע קורת רוח והנאה.
פון דארט איז דער רבי אנגעקומען אינעם זומער באנגעלא פון מוה"ר מענדל הכהן ראזענבערג שליט"א, וואו עס איז פארגעקומען די מעמד חלוקת תעודות פאר די תלמידים וואס האבן זיך פארהערט מערערע פרקים און סדרים משניות, וואו דער רבי האט אונטערגעשריבן און פארטיילט די תעודות פאר אלע קינדער, צווישן זיי הילד בן בנו הגדול הגה"צ אב"ד סאטמאר ירושלים שליט"א.
קורצליך דערויף איז דער רבי שליט"א אנגעקומען אויפ'ן ריזיגן באדן נעבן די עס-זאל בנין, אויפ'ן ארט ווי עס וועט אויפגעשטעלט ווערן די בנין האדיר והחדש, ווי די גאנצע שטח איז געווען אהערגעשטעלט אויף א הערליכע מייסטערהאפטיגע פארנעם.
דער רבי איז ארויף אויפן דריי-שטאקיגן אויבן-אן, וועלכער איז געווען באצירט מיט מרביצי תורה, מנהלים, כלי קודש, און באזונדער זענען מכובד געווארן בכבוד הראוי די חשובע נדיבים, בונים ומקימים פון די בנין האדיר והחדש.
דער יושב ראש המעמד פה מפיק מרגליות הרה"ח ר' מאיר מרדכי בערקאוויטש הי"ו, האט אנגעפירט דעם גאנצן מעמד און דערביי באגריסט די חשובע נדיבים ופטרונים וועלכע האבן שוין געהאט די זכי' זיך איינצוהאנדלען זכותים אדירים אינעם נייעם בנין האדיר. ער האט דערמאנט די נדבה פון הנגיד החסיד ר' ישראל חיים קרויס הי''ו וועלכע האט אפגעקויפט די זכות שם ההיכל, און אזוי אויך די נדבה פון הנגיד רבי מרדכי גוטמאן הי"ו, וועלכער האט מנדב געווען דעם מיליכיגן קאך, און נאך נדבות פון נגידים חשובים.
נאך א דרשה דורך הרה"ח ר' שמעון שמואל שווארץ הי"ו, מנהל רוחני אין מוסדות סאטמאר קרית יואל איידעם פונעם מנהל המחנות הרה"ג רבי דוד הכהן ראזנבערג שליט"א, האט דער ציבור זיך צוגעהערט צו די דברות קודש און משא המעמד פונעם רבי'ן שליט"א. בתוך דבריו האט דער רבי דערמאנט די פאנטאסטישע נדבה דורכ'ן שר הצדקות והחסד, דער ראש וראשון לכל קדשי בית סאטמאר, הנגיד החסיד ר' יואל לאנדא הי"ו, וועלכער האט געשאנקן א פרישע 2.5 מיליאן דאלער נדבה, אפצוקויפן דעם שם הבנין לשמו ולזכותו פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע, ועל שמו יקרא "בנין שפע יואל".
דערנאך איז מען צוגעקומען צום הויכפונקט פון די מעמד, ווען דער רבי שליט"א האט געגאסן די אבן הפינה, און די בעלי מנגנים האבן געזונגען א ניגון שמחה אויף די ווערטער "עתידין בתי כנסיות ובתי מדרשות אלו שיקבעו בארץ ישראל, ואפשר שיהיה מקום המקדש", לשון קדשו וואס דער מייסד המחנות הרה"ק מסאטמאר זי"ע האט זיך אויסגעדרוקט ביים באזוכן אינעם קעמפ.
צום שלוס פונעם מעמד האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פייערליכע ריקודים תחת כיפת השמים, א התרגשות'דיגע מאמענט איז געווען ווען דער רבי שליט"א איז געטאנצן מיטן מנהל המחנות הרה"ג ר' דוד ראזענבערג שליט"א, און דערנאך מיט די נגידים ר' יואל לאנדא און ר' ישראל חיים קרויס, און די אנדערע גדולי הנדיבים.
דאן איז דער ציבור אריבער צום פראכטפולע בנין ביהמ"ד אין די קעמפ "בית מדרש שערי חיים", וואו עס איז געווען צוגעגרייט א הערליכע גייסטרייכע מעמד לכבוד הנדיבים החשובים.
אויפ'ן וועג אריין צום ביהמ"ד איז געווען הערליך אויסגעלייגט די אויג-פארכאפנדע סקיצעס און פלענער פונעם בנין הגדול והחדש. ביקר וגדולה איז פארגעקומען די גרויסארטיגע מעמדי חתימות שטרות, ווי דער רבי שליט"א האט פאר א לענגערע וויילע גע'חתמ'ט די שטרות מיט די חשובע נדיבים אויף די ריזיגע פאנטאסטישע סכומים, אפצוקויפן זכותים אדירים אינעם קעמפ.
פון דארט איז דער רבי אנגעקומען צו מחנה רב טוב - מיידל קעמפ אין קערהאנקסאן, ביים אנקומען האט זיך דער רבי באגריסט מיט הגה״צ ר׳ יצחק שטיין שליט״א אב״ד אבני שיש פאלטישאן און הרה״ג ר׳ שלמה הערצאג שליט״א - מנהל הבית רחל און די הנהלה.
דער רבי שליט"א איז אריבער צום שפיל הויז ווי עס זענען געווען פארזאמלט אלע תלמידית ומחנכות, עס האט אויפגעטרעטן הרה״ג ר׳ דוד ראזענבערג שליט״א - מנהל המחנות און ווארעם באגריסט דעם רבי'ן שליט"א, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש ודברי הדרכה פאר די מיידלעך.
פון דארט איז דער רבי אריבער אין די ביהמ״ד פונעם קעמפ ווי עס זענען געווען פארזאמעלט די תושבי וילדי המחנה, די קינדער האבן געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פארן גאנצן ציבור.








































































































































תגובות