מאנטאג פ' וישלח • ח' כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער, JDN
דעם ליל שישי באישון ליל האט כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א געדאוונט מעריב פארן עמוד לרגל די יארצייט פון אמה של מלכות הרבנית מרת חיה נחמה ע"ה טאכטער פון הרה"ק רבי מאיר מאמשינוב זצ"ל לרגל די יארצייט וואס איז אויסגעפאלן די וואך מיטוואך, נאך מעריב אום דריי אזייגער פארטאגס איז די רבי אריינגעקומען צום סעודת הילולא לרגל די הילולא קדישא פון זקינו הרה"ק רבי יעקב דוד מאמשינוב זי"ע, דער רבי האט טועם געווען פון די לעקאך און בראנפן און זיך געוואשן צום סעודה, געזאגט תורה און געוואונטשן לחיים לכל הקהל הקודש, פארן בענטשן איז די גאנצע ציבור דורך באקומען פירות, און דערנאך האט די רבי געבענטשט על הכוס און פארטיילט כוס של ברכה.
ערב שבת בפניא דמעלי שבתא אום פיר אזייגער נאכמיטאג איז דער רבי אנגעקומען אויפן הר המנוחות צום עליה לקברה פון אמו הרבנית ע"ה, די רבי האט געזאגט די מזמורי תהילים און קדיש כנהוג, עס איז געוועהן הארט פארן שקיעהווען דער רבי האט זיך צוריק געקערט אהיים לביתו נאווה קודש אין בית וגן.
Comments