top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בשורה מרנינה פאר חסידי סאטמאר תושבי אנטווערפען איבער ביקור מרומם דורך האד' מסאטמאר חודש כסליו הבעל"ט

מיטוואך פ' שופטים • א' אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

א געהויבענע שטימונג הילט איין תושבי אנטווערפען און תלמידי וחסידי סאטמאר אין שטאט, מיט די בשורה טובה ומשמחת אז 'הנה מלכך בא' ווען אין די יעצטיגע טעג איז באשטעיטיגט געווארן אז כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א וועט בעז"ה אונטערנעמען א געהויבענע מסע המרומם און ביקור חיזוק אין שטאט אנטווערפען, דעם קומענדיגן חודש כסליו, א באזוך וואס אנטשפרעכט צו ברענגען הויפענעס חיזוק און חיות דקדושה פאר די קהילה קדושה מיט אלע אירע אפטיילונגען.


די שטארק ארויסגעקוקטע באזוך פונעם רבי'ן שליט"א ווערט אונטערגענומען לרגל די מעמד הנחת אבן הפינה פונעם הערליכן בנין ביהמ"ד הגדול והחדש דקהל יטב לב אין שטאט אנטווערפען, דערגרייכנדיג דעם ועתה הרחיב ה' לנו אז מען קען שוין צוטרעטן צום פאקטישן עבודת הבנויה, נאכן ענדליך ערהאלטן די לאנג ערווארטעטע פערמיטן פארן אויפבוי פונעם נייעם ביהמ"ד און לרגל די פריידיגע שמחה בקרב הקהילה מיט די גמר הבנין וחנוכת הבית פונעם נארוואס פארענדיגטן פראכטפולע תלמוד תורה געביידע.


די רבי שליט"א וועט זיין צוגאסט אין שטאט דורכאויס די וואכן טעג פון פ' וישלח, אין לויף פון די וואך וועלן אפגעהאלטן ווערן א רונדע באנקעטן בבתי הנגידים המפוארים לטובת די עתיד פונעם די בליענדע סאטמארע קהילה אין שטאט. די סאמע שפיץ פונעם ביקור המרומם, וועט זיין דער מעמד אדיר ונשגב "מעמד הנחת אבן הפינה" פארן נייען ביהמ"ד, וואו עס וועלן זיך צוינויפנעמען תחת קורת גג אחד כלל הציבור תלמידי וחסידי סאטמאר תושבי אייראפע, ומלכם בראשם כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א וואו מען וועט האבן זכיה צו הערן דעם דבר ה' והדרכת הקודש וואס דער רבי וועט איבערגעגעבן באגלייט מיט הדרכה וחיזוק פאר די חסידים. די מעמד וועט זיין קאמבענירט מיט די שבע ברכות לרגל השמחה במעונו פון הגה"צ רבי אלעזר פריעדמאן דומ"ץ סאטמאר אנטווערפען חתנא דבי נשיאה פון כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א וואס איז אויך ערווארטעט מפאר צו זיין בראש החגיגה.



Comentarios


bottom of page