בקשו רחמים: דראסטישע פארעגערונג אין מצב הבריאות פון הגאון רבי אברהם יהושע סאלאווייטשיק ראש ישיבת בריסק
- 22 ביוני
- זמן קריאה 1 דקות
מאנטאג פ' חקת בלק • ז' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

תורה הקדושה התחנני בבקשה: דער עולם התורה איז איינגעהילט אין זארג נאכדעם וואס עס איז אנטשטאנען א פלוצלינג'דיגע פארעגערונג אינעם מצב הבריאות פון הגאון האדיר רבי אברהם יהושע סאלאווייטשיק שליט"א, ראש ישיבת בריסק.
היינט מאנטאג פארמיטאג איז געקומען די ענדגילטיגע החלטה פון די דאקטוירים אז דער ראש הישיבה קען שוין באפרייט ווערן פון שפיטאל, אבער אין די לעצטע שעה'ן האט זיך ליידער געמאכט אומפארגעזעענע קאמפליקאציעס, און די ראש הישיבה איז תיכף אריינגעפירט געווארן צו די איי סי יו אפטיילונג אין שפיטאל אין א גאר ערנסטע געזונט צושטאנד, זייענדיג ארומגענומען מיט די קינער און נאנטע מקורבים.
ווי נאר די נייעס האט זיך צושפרייט האט מען זיך גלייך צוזאמגענומען אויף א תפילת רבים אין היכל ישיבת בריסק, וואו תלמידים און בני הישיבה זאגן אצינד אויס גאנץ ספר תהלים מיט גרויס התעוררות לרפואתו השלימה פונעם ראש הישיבה שליט"א. אין דער זעלבע צייט זענען ארגאניזירט געווארן מניני תהילים ביים קבר רחל אמנו, און נאך מקומות הקדושים.
דער ציבור ווערט געבעטן ממשיך צו זיין צו איינרייסן רחמי שמים מרובים לרפואת מרן רבי אברהם יהושע בן עטיל, לבתוך שאר חולי ישראל.





תגובות