top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

המשפיע הרה"צ רבי אלימלך בידערמאן וועט פראווענען היי יאריגע הילולא פון הייליגן בת עין זי"ע אין ביהמ"ד הגדול תולדות אהרן

מאנטאג פ' ויצא • א' כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

אין די יעצטיגע טעג איז באשטעטיגט געווארן די פלענער און דעטאלן פון די גרויסע הילולא קדישא י"ב כסלו פונעם הייליגן בת עין זי"ע, בראשות המשפיע המפורסם הגה"צ ר' אלימלך בידערמאן שליט"א.


ווי באקאנט קומט פאר יעדעס יאר א ריזן יארצייט סעודה אינעם גרויסן טאג פון י"ב כסלו, די יומא דהילולא קדישא פונעם הייליגן בת עין זי"ע, אין שפיץ פון הגה"צ ר' אלימלך בידערמאן שליט"א, וואו עס קומען זיך צוזאם שווערע טויזענטער אידן זיך אנציווארעמען בדרכי הצדיקים, און פארברענגען אינאיינעם לענגערע שעות בדברי תורה וחסידות אין א העכערע אטמאספערע. נאכפאלגענדיג מיט די צענטראלע עלי' לציון אויפן אלטן בית החיים אין צפת, וואס איז מסוגל לישועות.


היי יאר ווען די הילולא קדישא געפאלט אויס ליל שישי וועט די ריזיגע מעמד פארקומען אינעם גרויסן ביהמ"ד הגדול תולדות אהרן אין ירושלים, במעמד אלופי אלפי ישראל וואס וועלן זיך צוזאמקומען פון אלע עקן ארץ ישראל זיך צו דערהייבן בצילו פונעם משפיע וועלכער ברענגט אריין א התעוררות אין די צענדליגע טויזענטער משתתפים מיט זיין הפלאדיגע שפראך און חוש המעורר. עס איז ערווארטעט א שטראם פון אידן פון אלע שיכטן און קרייזן, און די עסקנים ארבעטן יעצט אויס די פונקטליכע דעטאלן על צד היותר טוב.


נאכפאלנדיג די סעודת הילולא רבתי וועט פארקומען די צענטראלע עלי' לציון כחצות הלילה, בשעת רחמים ועת רצון אויפן אלטן בית החיים אין צפת, וואס איז מסוגל לישועות. שבת קודש וועט דער משפיע וויילן אין עיר הקודש צפת סמוך ונראה צום ציון הק', און פראווענען דעם גאנצן שבת, די תפילות באטע און שלש סעודות אינאיינעם מיט די חבורה באר האמונה פון שטאט ביתר.



Comments


bottom of page