top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ראש הישיבה הגאון רבי דוב לאנדא לאדנט האד' מצאנז זיך אנצושליסן אין בעפארשטייענדע "מסע הגדולים" קיין חו"ל

  • Bechatzros admin
  • לפני 3 ימים
  • זמן קריאה 2 דקות

דינסטאג פ' בהר בחקותי • כ''ב אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש

אין א דראמטישע אנטוויקלונג אין די בעפארשטייענדע "מסע הגדולים" וואס איז געפלאנט אפגעהאלטן צו ווערן דעם קומענדיגן חודש סיון דורך די גדולי ראשי ישיבות פון ארץ ישראל קיין אמעריקע, איז היינט באקאנט געווארן איבער א מעגליכקייט אויפ'ן אנשלוס פון כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א וועלכער איז איינגעלאדנט געווארן דורך הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א ראש ישיבת סלאבאדקא להצטרף בצירופא דרבנן אויף די היסטארישע נסיעה.


די פערזענליכע איינלאדענונג איז פארגעקומען היינט ביי א באזוך פונעם צאנזער רבי'ן שליט"א במעונו פון הגאון רבי דוב לאנדא שליט"א, וואו ס'איז אפגעהאלטן געווארן אן אסיפת הרבנים לטובת די "קרן ההסעות" ארגאניזאציע, און נאך די אסיפה האט דער ראש הישיבה אריינגערופן דעם רבי'ן לחדרו הפרטי, וואו ער האט אין אן איבערראשנדע שריט פארבעטן פונעם רבי'ן אז ער זאל זיך מצרף זיין צום "מסע הגדולים" לטובת דעם "קרן עולם התורה" דעם קומענדיגן חודש סיון, א שטייגער ווי די לעצט יעריגע רונדע נסיעות דורך די גדולי התורה בארבע כנפות הארץ, מיט'ן ציל אוועקצושטעלן א קראנטע פינאנציעלע בסיס פאר די ישיבות און כוללים אין ארץ ישראל אינעם יעצטיגן שעת השמד ווען עס הויערט די ביטערע גזירת הגיוס.


דער צאנזער רבי האט געזאגט פאר'ן ראש ישיבה, אז ער וועט אוודאי טון אלעס נאר מעגליך מיטצושטיין מיט די הייליגע אונטערנעמונג להצלת עולם התורה, אבער איידער ער וויל אונטערנעמען א רייזע קיין חוץ לארץ, א זאך וואס ער האט שוין נישט געטון די לעצטע קרוב צו צען יאר, דארף ער צוערשט אנפרעגן ביים דאקטאר, וואס אין עבר האט ער אים נישט געלאזט פליען ווייל ס'קען אים שאדטן צו א געוויסן אנגעלעגנהייט אין רפואה, און לויט די תשובה פונעם דאקטאר, וועט ער מאכן די החלטה.


דער ראש ישיבה האט זיך אויסגעדרוקט פאר'ן רבי'ן, אז ער איז זיכער אז ווען דער דאקטאר וועט הערן די מטרה פון די נסיעה, וועט ער אים זיכער לאזן פארן, ושלוחי מצוה אינם ניזוקים, ובפרט ווען עס האנדלט זיך פון אזא אויסטערלישן זכות הרבים והצלת הדור וואס איז אין דעם אנגעוואנדן.

Comments


bottom of page