מוצאי שבת פ' ויחי • י"א טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש
א גרויסע צאל באיאנער חסידים תומכי מוסדות הקדושים באיאן בארה"ק זענען נאך אונטער'ן טיפן רושם פון די ערשטמאליגע נסיעה 'הזכירו לפניו' קיין אוקראיינע אין שפיץ פון פרי עץ חיים הרה"צ רבי יוסף ברייאר שליט"א בשליחות הקודש פון מר אביו כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א, צו מעתיר זיין לדבר ישועה ורחמים און ארויסצייגן דעם אות הוקרה פאר די תומכי "עמודי התורה" להחזקת די מוסדות הק' דחסידי רוזין באיאן.
בעפאר די נסיעה אום ליל זאת חנוכה איז אפגעהאלטן געווארן אן אייגנארטיגע מעמד צאתכם לשלום וואו כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א האט מעריך געוועהן שולחנו הטהור אינאיינעם מיט די חשובע נדיבי עם קודש, דער רבי האט משמיע געוועהן אמרי קודש און דערנאך פארטיילט שליח מצווה געלט פאר אלע משתתפי הנסיעה.
די געהויבענע נסיעה איז געלאזט געווארן אין גאנג דעם פארלאפענעם ליל זאת חנוכה ווען הרה"צ ר' יוסף שליט"א האט זיך ארויסגעלאזט פון ארה"ק אינאיינעם מיט די ברודער הרבנים און די חסידים נדיבים ותומכים. דאנערשטאג צופרי איז די פמליא אנגעקומען צום שטאט סאדיגורא ווי מען האט געדאוונט שחרית אינעם נאסטאלגישן קלויז, פון דארט איז מען ארויסגעפארן צום אלטן היים אין שטאט באיאן, ווי מען האט מיט א חרדת קודש אריינגעטרעטן אינעם הייליגן הויף מקום משכן הצדיקים הקדושים לבית באיאן דור אחר דור, אויפן זעלבן ארט וואו די הייליגע רבי'ס האבן בימים כתיקונם אפגעראכטן די עבודת הקודש, זייענדיגע דער מקום רוח החיים פון די באיאנער אימפעריע.
פון דארט האט מען זיך צוריק געקערט קיין סאדיגורא צום הויכפונקט פון די נסיעה, דער "מעמד תפלה" ביים ציון הק' פון די סבא קדישא די הייליגער רוזשינער זי"ע, ווען באותו זמן האבן זיך הונדערטער חסידי באיאן בארה"ק פארזאמלט און מיטגעההאלטן די מעמד התפילה אינעם גרויסן באיאנער קלויז אין ירושלים.
פון סאדיגורא איז מען ארויסגעפארן קיין אתרא קדישא מעזיבוז לקראת שבת קודש במחיצתו פונעם אור שבעת הימים, אנקומענדיג האט מען געדאוונט מעריב, און דערנאך איז פארגעקומען א גייסטרייכע התוועדות ליל שישי בשבת אחים גם יחד, ווי מען האט געהערט פלאם פייערדיגע דיבורים פונעם אורח השבת הגה"צ אב"ד לימינוב שליט"א.
שבת קודש בצל כנפיך יחסיון, אינעם בעל שם טוב'ס הויף, אנגעהויבן מיט מנחה און קבלת שבת בבית מדרשו פונעם בעש"ט הק', ווען נאך מנחה האט דער לימינובער רב שליט"א משמיע געווען דברי הכנה לשבת ובגודל קדושת המקום, נאך מעריב איז די גאנצע ציבור דורך ביי הרה"צ רבי יוסף שליט"א און די ברודער זאגן גוט שבת, און דערנאך איז פארגעקומען די סדר לימוד רבתי כתקנת קדשו פונעם רבי'ן שליט"א בלילי שבתות אין אלע באיאנער קלויזן.
ביים סעודת ליל שב"ק האט די באיאנער קאפעליע אנגעפירט די זמירות, הרה"צ רבי יוסף האט קידוש געמאכט, און בשעת די סעודה האבן אויפגעטרעטן הגה"ח ר' יענקל שרייבער שליט"א און הגה"צ אב"ד לימינוב שליט"א. נאכן סעודה איז פארגעקומען א זיץ בשבת אחים.
בצפרא דשבתא א שעה פארן דאווענען איז פארגעקומען א סדר לימוד כהכנה דרבה בבית מדרשו פון הרה"ק מאפטא זי"ע, ביים ליינען האבן עולה געוועהן די רבני הקהילה און דעם רבינ'ס קינדער, ביים סעודה שבת בייטאג האט אויפגעטרעטן די משמש בקודש הרה"ח ר' אשר פריזנד הי"ו.
מוצאי שבת נאך הבדלה האט הרב יוסף געמאכט הבדלה און מען האט אריבערשפאצירט צום אהל הק' פונעם בעל שם טוב הק' ווי עס איז פארגעקומען א געהויבענער מעמד בקשת רחמים, פייערדיגע דברי התעוררות וכיבושין איז געוועהן געווארן פונעם לימינובער רב וועלכע האט מעורר געווען דעם ציבור לתשובה ותיקון המעשים, און דערנאך זענען אלע משתתפים דורך ביי הרה"צ רבי יוסף שליט"א איבערגעבן קוויטלעך. נאכן מעמד התפילה ביים ציון הק' האט מען זיך געוואשן צו א ברייטע סעודתא דדוד מלכא משיחא בתופים ובמחולות, עס איז געווען שוין שפעט ביינאכט ווען מ'האט זיך ארויסגעלאזט צוריק קיין ראמעניע אויפן וועג צוריק אהיים קיין ארץ הקודש.
Yorumlar