top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אגודים בצרה לשפוך תחינה • האד' מוויז'ניץ ביי תפילת יום כיפור קטן בחצה"ק צאנז לאור המצב‎

מונטאג פ' תולדות • כ"ט חשון תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: משה גולדשטיין


מרן האדמו''ר מוויז'ניץ שליט''א וועלכע וויילט די טעג אין נתניה אויף אפרוה איז היינט נאכמיטאג אנגעקומען קיין קרית צאנז וואו די רבי האט זיך משתתף געוועהן ביים תפילת יום כיפור קטן אינעם ביהמ''ד הגדול היכל רוזננברג אין שפיץ פון כ''ק האדמו''ר מצאנז שליט''א במעמד פון הונדערטער חסידים ותלמידי הישיבות הקדושות.

כאטש וואס די מנהג אין וויז'ניץ איז נישט געוועהן צו זאגן יום כיפור קטן אום ערב ראש חודש האט די רבי שליט''א געמאכט אן אויסנאם אין ליכט פונעם פאראייניגטן קריאת הקודש דורך אלע גדולי ישראל אין אויפן רוף פונעם מועצת גדולי התורה לאור די שרעקליכע מצב וואס הערשט בארץ ובגולה.

די צאנזער רבי האט איבערגעגעבן זיין פלאץ אין ביהמ''ד פארן וויז'ניצער רבי'ן, נאך אמירת יום כיפור קטן האט מען געזאגט עטליכע פרקי תהילים אין שיר המעלות ממעקים פסוק בפסוק אין נאך מנחה זענען די רבי'ס אינאיינעם אריין אין ציממער וואו מען האט פארברעגט א משך זמן אין דערנאך זיך געזעגענט ברוב ברכות מען זאל האבן געפועילט אלס גוט'ס ושיתקבלו תפילותינו לרחמים ולרצון.





















Comments


bottom of page