דינסטאג פ' וארא • כ"א טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש

מיט די העכסטע מאס הצלחה איז נעכטן זונטאג אפגעהאלטן געווארן די ערשטמאליגע עקספאו מיט'ן נאמען "השתדלות" ארגאניזירט דורך עסקני ק"ק צאנז קלויזנבורג, געווידמעט און ספעציעל צוגעשטעלט פאר די הונדערטער סוחרים און ביזנעס אייגנטומער פון די צאנז קלויזנבורגע קהלה, וואס האבן געמאכט געלונגענע ביזנעס קאנטאקט און ערפאלגרייכע דיעלס, זייענדיג מקיים דעם "לכו והתפרנסו זה מזה".
דער עקספאו איז צושטאנד געקומען בעידודו ובברכת קדשו פונעם מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזנבורג שליט"א, וועלכער האט זיך נאכגעפרעגט ביי די עסקנים אויף יעדן פרט און פרט און מאציל געווען ברכת קדשו לברכה והצלחה.
די עקספאו איז אפגעהאלטן געווארן אינעם גיגאנטישן "אולם הגדול בעלזא" אין בארא פארק, וואס איז געווארן פאכמאניש און מאיעסטעטיש אויסגעשטעלט פאר די ריזן עקספאו וואס האט אריינגענומען אן אויסלייג מיט קרוב צו 150 היימישע ביזנעסער מקרב חסידי צאנז קלויזנבורג.
דורכאויס דעם טאג האט זיך געשאפן א שפרודלדיגער פארקער פון פילע הונדערטער אידן חסידי צאנז קלויזנבורג, און דער אלגעמיינער ציבור תושבי העיר, וואס האבן באלאגערט דעם עקספאו און עס איז געווען העכסט איינדרוקספול מיטצוהאלטן ווי אזוי אידישע קינדער האנדלען צווישן זיך און זוכן צו מאכן ביזנעס איינער מיט'ן צווייטן.
דורכאויס דעם זאל איז געווען צוגעשטעלט ספעציעלע עקפסערטן אין די ביזנעס וועלט, וועלכע זענען געשטאנען גרייט ארויסצוהעלפן די עקזיביטארס און באזוכער צו מאכן די ריכטיגע החלטות און ביזנעס דיעלס.
אין אן אפגעזונדערטער סעקשאן אינעם זאל איז געווען דעזיגנירט אן אייגנארטיגער ביהמ"ד, וואו ס'איז געווען צוגעשטעלט א גאנצן טאג צו לערנען און אריינכאפן א קביעת עתים לתורה, און עס איז אויך געווען כסדר מניני מנחה דורכאויס די נאכמיטאג שעה'ן. ווי אויך איז געווען צוגעשטעלט צו עסן מיט נארהאפטיגע מאכלים זיך צו דערכאפן דאס הארץ אינעם רוישיגן מארק.
דורכאויס דעם טאג האבן זיך באטייליגט די רבני וחשובי העדה אינערהאלב ק"ק צאנז קלויזנבורג, וועלכע האבן געשטוינט מיט התפעלות אויף די שיינע מחזה ווי אזוי דער היימישער ציבור אנ"ש טוט ביזנעס אויף א כשר'ן און איידעלן אופן, ארויסרופנדיג א געוואלדיגן קידוש ה'.
ווי אויך האבן זיך באטייליגט א צאל הויכראנגיגע באאמטע וועלכע האבן אויסגעדרוקט גרויס באגייסטערונג ווי דער חסיד'ישער ציבור טוט ביזנעס אויף אזא פראדוקטיוון און נאבעלן וועג, זאגנדיג אז זיי וועלן די גוטע נאכגריסן טראגן ווייט ביז קיין אלבאני, און ברענגען דערפון באווייז דעם פאזיטיוון פועל יוצא פונעם היימישן ערליכן חינוך.

































































































Comments