האד' מראחמיסטריווקא רעכט אפ זעלטן געהויבענע הכנסת ספר תורה אין שטאט לאנדאן במעמד אלפי תושבי העיר
- לפני שעתיים
- זמן קריאה 4 דקות
דאנערשטאג פ' משפטים • כ''ה שבט | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: קרעדיט: דודי בראון
טויזנטער חסידים ואנשי מעשה תושבי לאנדאן האבן דעם זונטאג משפטים זוכה געווען צו א לעכטיגע איבערלעבעניש בשמחת התורה ביי די זעלטן געהויבענע חגיגת "הכנסת ספר תורה" בראשות דעם אורח הנשגב כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, נאכפאלגנדיג די שבת מרומם וואס דער רבי האט געפראוועט מיט נגידי ותומכי המוסדות אין קאלטשעסטער ענגלאנד.
זונטאג נאכמיטאג האט דער רבי שליט"א געדאוונט מנחה אין קאלטשעסטער, און דאן אריינגעפארן קיין סטעמפארד הילל, מפאר צו זיין על ראש החגיגה, די הכנסת ספר תורה וואס איז געווארן אריינגעגעבן דורך הנגיד החסיד ר' הערשל גרינבערג הי"ו צום ביהמ"ד דחסידי ראחמיסטריווקא אין שטאט.
מיט'ן רבי'נס אנקום לשערי העיר האט זיך אנטוויקלט א מאסן אנלויפעניש פון טויזנטער תושבי העיר, כולם נקבצו ובאו מיטצולעבן די הייליגע שעה'ן במחיצת הקודש פונעם רבי'ן.
דער רבי איז תיכף צוגעפארן צום שטוב פונעם נדבן הספר ר' הערשל גרינבערג הי"ו, צום סיום כתיבת האותיות. עס זענען דערביי אנוועזנד געווען עטליכע חשוב'ע רבני העיר, הגאון הגדוך רבי יוסף פאדווא ראש הדיינים כדתיא, כ"ק אדמו"ר מטריסק לאנדאן, און הרה"ג ר' לוי יצחק גרינצווייג דומ"ץ ראחמיסטריווקא לאנדאן, מיט וועם דער רבי האט פארפירט א שיינעם שמועס בדברי תורה וסיפורי צדיקים.
דער רבי האט אריינגעשריבן אן אות אינעם נייעם ספר און ווארעם אנגעוואונטשן פאר'ן נדבן, דערנאך געגאנגען הגבה און ארויסגעפירט די ספר תורה לרחובה של עיר מיט א דביקות של שמחה.
די תהלוכה האט מארשירט ביז'ן גרויסן סקווערער ביהמ"ד אין שטאט, וואס איז אהערגעשטעלט געווארן אלס מקום הריקודין, צו אקאמאדירן דעם ריבוי העם פון טויזנטער משתתפים. דער ביהמ"ד איז געווארן ארומגערינגלט מיט הויכשטאקיגע פארענטשעס פון אלע זייטן, איבערגעפילט מיט טויזנטער אידן זקנים עם נערים.
צוליב דעם אויסטערלישן געדרענג אין ביהמ"ד איז די פאליציי געווען געצווינגען אפצושליסן דעם ביהמ"ד פאר א קורצע וויילע, צו פארמיידן סכנת נפשות פונעם אומאפשטעלבארן שטראם.
דער רבי שליט"א האט אריינגעפירט די ס"ת און ביהמ"ד און זיך ארויסגעלאזט אין פלאם פייערדיגע טענץ בעוז ותעצומות, דערנאך געטאנצן מיט'ן נדבן ובני משפחתו, און דאן מכבד געווען די אנוועזנדע רבנים צו טאנצן מיט'ן ספר, צווישן זיי הרה"ג ר' יחזקאל פריעזל דומ"ץ סקווירא לאנדאן, הרה"ג ר' אברהם יוסף רובינפעלד רב דקהל חרדים, הרה"צ ר' שמעלקא בידערמאן מלעלוב, הרה"ג ר' אברהם פסח קאמיונקא רב ביהמ"ד אגודת ישראל, בני כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א, צווישן זיי דעם רבינס קרוב הרה"ג ר' וועלוול טווערסקי בן כ"ק אדמו"ר מאחמיסטריווקא ספרינג וואלי.
נאך די ריקודין איז די שמחה נמשך געווארן אינעם צייטווייליגן ראחמיסטריווקא ביהמ"ד וואס איז סטאנציאנירט אינעם בנין בית רחל דסאטמאר, וואו ס'האט פארגעזעצט די ריקודין און הכנסת הספר להיכל, זייענדיג באשטימט נאר פאר חסידי ראחמיסטריווקא ומתפללי ביהמ"ד.
דער רבי האט פארגעזאגט די מזמורים כנהוג, און געליינט די קריאה "וזאת הברכה" כמנהג ראחמיסטריווקא, און דערנאך מעריך געווען די ריקודין מיט א פלאם פייער. דערנאך האט דער רבי פארגעזאגט "אתה הראת" מיט גרויס התעוררות, און מכבד געווען דעם נדבן אריינצולייגן דעם ספר אין ארון הקודש.
דאן איז פארגעקומען א מסיבת לחיים וואו מ'האט זוכה געווען צו הערן לענגערע דברי אלקים חיים פונעם רבי'ן שליט"א, ארויסברענגענדיג די גרויסע שמחה אז מ'איז מחנך א נייע ספר תורה, וואס דאס וועט בעז"ה מאכן דעם ביהמ"ד פאר א קביעות, אז מ'וועט עס אנהייבן נוצן אויך בימות החול לתורה ולתפלה.
דער רבי האט מעורר געווען איבער מורא מקדש, נישט רעדן ביים דאווענען, זאגן תהילים פאר'ן דאווענען כמנהג טשערנאביל, זיך האלטן באחדות, און אויסגעפירט מיט ברכות לרוב.
א רירנדע מאמענט איז געווען ווען די ילדי החסידות האבן דאן הארציג געזינגען "והערב נא" און דער רבי האט מיטגעזאגט מיט א גרויסן קאך און ברען. דאן איז דער גאנצער ציבור אריבער וואונטשן לחיים און ס'איז געווען א געלעגנהייט איבערצוגעבן פאר'ן רבי'ן הזכרות.
פון דארט איז דער רבי צוגעפארן צו זיין קביעות'דיגער בעל אכסניא אין לאנדאן, הנגיד החסיד הישיש ר' אליש ענגלענדער הי"ו, וואו דער רבי האט פארפירט א שיינעם שמועס מיט ר' אליש ובני משפחתו, און געוואונטשן מזל טוב לכבוד די חתונה פון אן אייניקל וואס איז פארגעקומען אין די טעג.
דערנאך איז זיך דער רבי געגאנגען מטהר זיין אין די פריוואטע מקוה ביי ר' אליש אין שטוב, און דערנאך דארט געדאוונט מעריב וואס האט זיך פארצויגן א לענגערע צייט.
דער זייגער האט שוין געוויזן נאך חצות הלילה ווען דער רבי האט זיך ארויסגעלאזט אין וועג צום גאלדערס גרין געגנט, וואו ס'איז פארגעקומען די סעודת מצוה לגומרה של תורה, געווידמעט אויסשליסליך פאר חסידי ראחמיסטריווקא.
אויפ'ן וועג האבן א געקליבענע קבוצה פון יונגעלייט חסידי ראחמיסטריווקא זוכה געווען מיטצופארן אינעם ספרינטער-אויטא פונעם רבי'ן, און דער רבי האט משמיע געווען יסודות'דיגע דברי הדרכה והשקפת החיים פאר די יונגעלייט. דערנאך האבן די יונגעלייט איבערגעגעבן קוויטלעך, און ווי אויך די "שעות צעטלעך" פון די שעות רצופות וואס זיי האבן געלערנט בימי השובבי"ם, וואס דער רבי האט באטראכט מיט א קענטיגע הנאה וקורת רוח.
אנקומענדיג אין זאל איז שוין געווען 3:00 ביינאכט, צוליב די שפעטע שעה האט דער רבי משמיע געווען קורצע דברות קודש, און אנגעוואונטשן פאר'ן נדבן און פאר'ן גאנצן ציבור.
פון דארט איז דער רבי צוגעפארן צום אכסניא של תורה אין גאלדערס גרין, בבית הרבני הנגיד ר' משה פארהאנד, וואו דער רבי האט צומארגנס, מאנטאג צופרי, געדאוונט שחרית, און דערנאך זיך ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג אהיים קיין ארץ ישראל. אויפ'ן פליגער האט זיך דער רבי באגעגנט מיט כ"ק אדמו"ר מערלוי שליט"א וואס האט געוויילט אין לאנדאן לכבוד די חתונה פון אן אייניקל, און דער רבי האט אים געוואונטשן מזל טוב.
































































