קרית יואל: הילולא קדישא פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע בצל האד' מסאטמאר אריבער מיט התרוממות הנפש
- לפני 12 דקות
- זמן קריאה 4 דקות
מיטוואך פ' שופטים • כ''ט אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

בהתעוררות רב און מיט רגשי קודש האבן טויזנטער חסידי סאטמאר אפגעראכטן די הילולא קדישא פונעם רבן ומאורן של ישראל, צדיק יסוד עולם הרה"ק מסאטמאר זי"ע, בצל הקודש פון ממשיך דרכו בקודש כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, מיטהאלטנדיג דעם יומא אריכתא פון התרוממות הנפש, באתרא דמר ומקום מנוחת קדשו פונעם בעל ההילולא אין שטאט קרית יואל.
זונטאג אינדערפרי האט דער רבי שליט"א געדאוונט שחרית אינעם ביהמ"ד הגדול אין מחנה דברי יואל אין סוואן לעיק, וואו דער רבי שליט"א האט יורד געווען לפני התיבה.
נאכמיטאג איז דער רבי אנגעקומען בשערי העיר קרית יואל, צום שטוב פון בנו הגדול הגה"צ אבד"ק סאטמאר ירושלים שליט"א, ווי עס איז געווען ספעציעלע זמני כניסה פאר נגידי ותומכי הקהילה להיזכר לטובה בהאי יומא רבה.
ארום 4:00 נאכמיטאג איז דער רבי אנגעקומען צום ציון הק' אין באגלייטונג פון הונדערטער חסידים און די תלמידי הישיבות הקדושות. דער רבי האט אנגעהויבן מיטן תפילה פונעם הייליגן ישמח משה און דערנאך די מזמורי תהלים מיט גרויס התעוררות, דער שליח ציבור איז געווען הרה''ח ר' חיים אהרן פלאהר הי''ו משמש בקודש. נאך די יהי רצון פון תהלים האט דער רבי שליט''א געזאגט קדיש און פארגעלערנט משניות. דערנאך האט דער רבי א לענגערע וויילע געליינט קוויטלעך, און זיך משטתח געווען אויפן ציון הק' אויסצובעטן ישועות ורפואות למען הכלל והפרט.
די שולחן הטהור און צענטראלער סעודת הילולא וסיום הש"ס איז געפראוועט געווארן אינעם ריזן היכל אלטר יחזקאל בבנין ביהמ"ד הגדול בנין אליהו מיט די באטייליגונג פון טויזנטער תלמידים וחסידים פון איבער גרעיטאר ניו יארק ועל צבאם אדמורי"ם, רבנים וגדולי תלמידי מרן הרה"ק מסאטמאר זי"ע.
אין די ערשטע שעות פונעם מעמד איז פארגעקומען א רייכע פאנעל 'ראיתי את רבי' דורך הני תרי צנתרי דזהבא מפארי העדה הרה"ח ר' מאיר שניטצלער שליט"א הויז בחור ביים בעל ההילולא זי"ע, און הרה"ח ר' משה אברהם דעססער שליט"א פון די ערשטע תושבים און קרית יואל, און איז געווען מיט די מיטרייזענדע אויפן שיף פונעם רבי'ן זי"ע קומענדיג צו פארן פון ארץ ישראל, ווי זיי האבן דערציילט מאוצרם הטוב, ערשטהאנטיגע זכרונות ממה שעיניהם ראו ולא זר, פערזענליכע עובדות, סיפורים, הנהגות ותהלוכות מלכי בקודש.
ארום 8:00 איז דער רבי שליט"א ערשינען אין ביהמ"ד הגדול צום סעודת הילולא, און זיך געוואשן נטילת ידים, בעת ווען דער קאפעליע מטיבי נגן משוררי הקהלה זענען מהנה מיט נאסטאלגישע ניגונים מבית מדרשו של רבי. נאך די פיש האט דער רבי שליט"א געוואונטשן לחיים לכל הקהל הקודש, און דאן האט מען ממשיך געווען מיט די ניגוני התעוררות.
דערנאך האט זיך דער גאנצער ציבור צוגעהערט מיט א חרדת קודש צו די דברות קודש מפום ממללן רברבן דער רבי שליט"א וועלכע האט משמיע געווען דעם דבר ההילולא בחובת השעה לחזור ולשנן דעם הייליגן דרך ומשנתו הטהורה פונעם בעל ההילולא. דער רבי שליט"א האט מאריך געווען בדברי דרוש ואגדה, ארויסברעגענדיג די הייליגער ירושה וואס דער הייליגער רבי האט אונז איבערגעלאזט, זייענדיג דער אור בתוך החושך צו באלייכטן אונזער דור בקיום התורה והיהדות נאכן ביטערן חורבן. און וואס מיר דארפן ארויסנעמען בהאי יומא דקגרים צו זיך האלטן און זיך קלאמערן בדרכיו הקדושים לידע את המעשה אשר יעשון.
דער רבי האט ארומגערעדט איבער די מלחמת חרמה וואס דער רבי זי"ע האט געפירט אקעגן די קליפת הציונות, און היינט צוטאגס זעט שוין א יעדער איין אז דער רבי זי"ע איז געווען גערעכט, די מדינה האט געברענגט די גרעסטע חורבן פארן כלל ישראל, מען זעט די שנאת ישראל וואס די ציונים זייען אן איבער די גאנצע וועלט, די נאכאנאנדע מלחמות מיט די דערנעבענדיגע לענדער, וואס ברענגט אן א פחד און א שרעק ביי תושבי ארה"ק און מען ווייסט נישט מה יולד יום.
מיט א ווייטאג האט דער רבי ארויסגעברענגט די ביטערע גזירת הגיוס - גזירת שמד, שאין לך יום שאין קללתה מרובה מחברתה, און עס ליגט א חוב צו שטיצן די אלע אפיסעס אינערהאלב קרן ויואל משה וועלכע זענען עוסק אין הצלת נפשות מיטן זיך שלאגן מיט די ביטערע גזירה, אזוי אויך מחזק צו זיין די אלע וואס גייען ארויסברענגען די קול מחאה ביי די נאכאנאנדע מחאות אקעגן די רדיפת הדת און ביי די מיליטערישע טורמעס.
עקסטער דעם האט דער רבי שליט"א מעורר געווען צו שטיצן די ערליכע אידן ברכיים אשר לא כרעו לבעל, די מנהלי המוסדות עטה"ק בארה"ק, ובפרט נאך די לעצטערע גרעסערע חלוקות פון 'קרן הצלה' וועלכע האט שוין פארטיילט היי יאר אליינס גאנצע 17 מיליאן דאלער פאר די מוסדות על טהרת הקודש מיט די הילף פון תלמידי וחסידי סאטמאר.
באזונדער האט דער רבי שליט"א ווי באריכטעט ארויסגעברענגט א קול מחאה אקעגן די לעצטיגע התגרות באומות דורך א.ג. חרדי'שע פארשטייער אויפן מעיאר פון ניו יארק וואס נעמט זיך פון זינלאזע ציוני'סטישע פראפעגאנדעס, אזוי אויך האט דער רבי שליט"א מעורר געווען איבער אומאויסגעהאלטענע ליין מאטריאל, צניעות לנשים, כיסוי הראש, צעלאזטע שייטלעך, כלים הטמאים, און AI.
דערנאך האט דער רבי שליט"א ארומגערעדט איבער מצמצם זיין הוצאת החתונה, און דערביי געמאלדן איבער די נייע "גילה חתונה מאל" ארויסצוהעלפן די חסידים בעת שמחתם מיט עפארדבעל פרייזן אבער אויפן שענסטן סטאנדארט, אזוי אויך איבער די דירות קריזיס אין שטאט, און איבער די גרעסערע דירות פראיעקטן וועלכע ווערן געבויעט אין קרית יואל און אין קרית יטב לב ווי מ'קען זיך איינהאנדלען דירות פאר ביליג, און די חוב וואס ליגט אויף עלטערן צו הייסן די קינדער זיך ארויסציען פון די ישיבת כרכים קשה.
דער רבי שליט"א האט אויסגעפירט די דברות קודש מיט ברכות לרוב לכל הקהל הקודש בזכותו פונעם בעל הילולא, און אנגעוואנטשן לקראת די ימי הרחמים והרצון הבאים לקראתינו לשלום.




























































































תגובות