ריזן כינוס "כולנו שותפים" נעמט צונויף חבריא קדישא נחלת יעקב אין ניו יארק אין גיגאנטישן וועסטשעסטער קאונטי סענטער
- בחצרות הקודש
- לפני שעתיים
- זמן קריאה 3 דקות
דינסטאג פ' ויצא • ה' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN
הונדערטער תלמידים ומעריצים וואס זענען אנגעשלאסן אין די חבורה הקדושה נחלת יעקב אין אמעריקא האבן געהאט די זכי' עילאה מיטצוהאלטן דער כינוס אדיר און מעמד 'כולנו שותפים' וואו מען האט דערביי מקבל געווען פני כבודו פון המשפיע המפורסם, מלהיב לבבות בני ישראל הגה"צ רבי צבי מאיר זילבערבערג שליט"א, ראש חבורת ״נחלת יעקב״ אין ירושלים עיה"ק וועלכע איז געקומען צו פארן ממעון קדשו בהר ה' צו באשיינען די מעמד לטובת מוסדותיו הקדושים נחלת יעקב, וואו פילצאליגע אידן זקנים עם נערים זענען זיך כסדר מתחמם לאורו הבהיר אויף א געהויבענעם שטייגער.
די גרויסע מעמד איז אפגעראכטן געווארן אויף א פראכטפולן פארנעם אינעם גיגאנטישן וועסטשעסטער קאונטי סענטער, און איז געווען א נאכט מלא רגש פאר די פילע תלמידים און ידידים, וועלכע האבן דערביי זיך אנגעשלאסן מיט סכומים נכבדים לטובת די מוסדות הקדושים.
די גאנצע מעמד איז געווען אהערגעשטעלט דורך די טריפל בי פראדאקענס פירמע. די גיגאנטישער זאל איז צוגערישט געווארן מיט גרויס פראכט, גאר הערליך און עלעגאנט כראוי וכיאות פאר די חשובע נדיבי לב וועלכע קומען אקעגן דעם משפיע שליט"א מיט אזא ברען און ווארעמקייט.
אנגעהויבן פון ארום אכט אזייגער האט זיך אנגעזעהן א שטראם פון הונדערטער תלמידים ומעריצים וועלכע האבן זיך צוזאמגענומען תחת קורת גג אחד פון אלע שטעט אריינגערעכנט בארא פארק, מאנסי, קרית יואל און לעקוואד. אינעווייניג אינעם זאל איז געווען אנגעגרייט א רייכע סעודה כיד המלך.
מיט דברי פתיחה האט אויפגעטרעטן דער יושב ראש הגה"צ ר' ישכר רובין שליט"א אבד"ק קאזניץ סיגעיט, איידעם פון כ"ק אדמו"ר מקאסוב זצ"ל און מחברי החבריא נחלת יעקב. ער האט מיט פאסיגע דיבורים איינגעלייטערט די מעמד, און ארויסגעברענגט די זכי' עילאה צו שטיין לימין קדשו פונעם משפיע שליט"א און שטיצן די הייליגע חבריא נחלת יעקב. דערנאך האט ער געמאכט א סיום מסכתא, אזש די סעודה זאל דינען אלס א סעודת מצווה.
דאן האט מען מקבל געווען דעם משפיע מיט פרייליכע ניגוני שמחה, און בנוחכותו האט אויפגעטרעטן הרב ישכר בער שטיין שליט"א וועלכע האט הערליך אויסגעשמועסט און ארויסגעהויבן די געוואלדיגע פעולות פון חבורת נחלת יעקב און די חשיבות פון נעמען א חלק אין די פעולות נשגבות און הפצת תורה וטהרה.
מען האט דאן ממשיך געווען דעם פראגראם מיט רייכע פרקי נגינה, אנגעפירט דורך א חסידישע קאר אין שפיץ פונעם בעל מנגן ר' יואל בראווער הי"ו, בעת דער משפיע איז מעודד די ניגונים מיט גרויס התלהבות כדרכו, צום הויכפונקט האט זיך דער גרויסער פארזאמלטער ציבור ארויסגעלאזט אין דערהויבענע ריקודין, ווי מען איז געטאנצן טפחיים מעל הקרקע פאר א לענגערע וויילע.
די קלימאקס פונעם נאכט איז געווען ווען דער משפיע שליט"א האט אויפגעטרעטן מיטן משא המעמד וואס האט געדויערט קרוב צו צוויי שעה מלא דברי חיזוק והתעוררות, להלהיב הלבבות להתקרב אל ה'. די געשפאנטע ציבור האט זיך צוגעהערט מיט דארשט צו די פייערדיגע דיבורים בשעה שהחכם והמשפיע עומד ודורש, מיט זיינע לעכטיגע דברי פי חכם חן, דברי מוסר וחסידות בדעת ובחכמה.
אין זיי דרשה האט רבי צבי מאיר שליט"א געשילדערט די השתלשלות הענינים פונעם הייליגן חבורה, און די סייעתא דשמיא וואס האט באגלייט די חבורה און די מוסדות על כל צעד ושעל למעלה מדרך הטבע, עד שהיגיענו עד הלום, און דערביי ארומגערעט איבער די אויסטערלישע זכיה צו זיין א שותף און די געוואלדיגע זיכוי הרבים וואס גייט ארויס פון דעם הייליגן ווינקל וואו אידישע קינדער דערהייבן זיך לעבודתו יתברך שמו וליראתו הטהורה, מיט א דביקות אין אייבערשטן און אין די צדיקים הקדושים שרפי מעלה.
בסיום דבריו האט דער משפיע פארגעזאגט מיט א קול בוכים דעם מזמור שיר המעלות ממעמקים פסוק בפסוק אויפן נוסח ימים נוראים, און דערנאך אויסגעשריגן קבלת עול מלכות שמים מיט א שאגת ארי, וואס האט אפגעדינערט אינעם גאנצן זאל.
צום שלוס פונעם אווענט האט זיך די גרויסע ציבור געשלענגעלט אין די רייע דורכצוגיין ביים משפיע מיט די התחייבות'ן, ווען קרוב צו דריי שעה האט דער משפיע שליט"א אויפגענומען יעדן איינעם באזונדער במאור פנים, איבערגענומען די נתינות, און דערביי געשאנקען מתנות כאות הוקרה והערכה פאר די פאנטאסטישע נדבות יעדער כפי ערכו, און יעדן באזונדער אנגעוואונטשן איש איש אשר כברכתו ברך אותם.
אנגעפילט מיט הויפענס חיזוק והתעלות, האט דער ציבור פארלאזט דעם זאל, ווען עס איז שוין געווען קרוב צו דריי אזייגער פארטאגס.











































