top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הרבנית הצדיקת מוויזניץ מאנסי תליט"א לרפו"ש ווידער אריינגעפירט אין שפיטאל צוליב שווערע אינפעקציע

זונטאג פ' ויצא • ל' חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

חסידי וויזניץ פאלגן נאך מיט גרויס זארג און זענען מעתיר בתפלה ותחנונים לרפואת הרבנית הצדקית מוויזניץ מאנסי, אשת חבר כ''ק אדמו''ר מוויזניץ מאנסי שליט''א וועלכע איז דעם ווידער אריינגענימען געווארן אין שפיטאל נאך א פארערגערונג אינעם מצב.


מיט עטליכע חדשים צוריק האט מען ליידער אנדעקט ביי די רעבעצען א גאר שווערע מחלה ל"ע, דעם שבת האט זיך דער מצב פארערגערט נאכדעם וואס די בלוט פרעשאר האט זיך נישט געהאלטן אויף בעסטע שטאפל און אין צוגאב האט מען אנדעקט א פרישע אינפעקציע וואס דארף באהאנדעלט ווערן.


כלל ישראל איז מעתיר בתפלה ותחנונים פאר איר געזונט, און ספעציעל איז מען מעורר רחמי שמים צווישן חסידי וויזניץ בכל מקומות מושבותיהם, וועלכע זענען אומאויפהערליך מתפלל פאר די חשוב'ע רביצין הרבנית מרים בת רייזל לרפו"ש, די רעבעצען זאל קענען נאך די וואך מיטהאלטן די חתונה פון א אייניקל בבריאות השלימות, והן קל כביר לא ימאס תפלת רבים.

Comentários


bottom of page