אייגנארטיגע "אבן הפנה" אפגעראכטן דורך האד' מבעלזא פאר נייע מקוה אין היסטארישער "שיף שוהל" אין וויען עסטרייך
- Bechatzros admin
- 4 במרץ
- זמן קריאה 2 דקות
עודכן: 5 במרץ
דינסטאג פ' תצוה • ד' אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש

אן אייגנארטיגער און באשיידענער מעמד "הנחת אבן הפנה" איז אפגעראכטן געווארן במעון קדשו פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א צו די נייע מקוה טהרה וואס ווערט אין די יעצטיגע טעג געבויט אין די היסטארישע "עדת ישראל שוהל", המכונה "שיף שוהל" אין עיר הבירא וויען, עסטרייך.
דער "שיף שוהל" טראגט א רייכע היסטאריע אלס די צענטראלע שטאטישע שוהל אין וויען וואו עס האבן מכהן געווען די גאוני ומצוקי ארץ רבני עיר הבירה וויען דור אחר דור. ביי די קריג איז דער שול חרוב געווארן דורך די נאציס, און אין די יארן נאך די קריג איז אין איין חלק פונעם שוהל צוריק נתחדש אורה געווארן, ווען ס'איז דארט סטאנציאנירט געווארן דער הערליכער מקום תורה ותפלה "קהל חסידים" וואס שטייט בראשות דעם מרא דאתרא הגה"צ ר' אברהם יונה שווארץ שליט"א גאב"ד ווינא עסטרייך.
אין די לעצטערע תקופה האט זיך אריינגעלייגט איינער פון די חשוב'ע בני הקהלה ותושבי העיר, הרב שלמה קערן, מנכבדי חסידי בעלזא, א זון פונעם לעגענדארן אוד מוצל מאש, און עלטסטער איד אין שטאט וויען, הרה"ח הישיש ר' ישכר דוב קערן, וועלכער האט גענומען אויף זיך דעם עול איבערצובויען דעם בנין הביהמ"ד און אהערשטעלן א נייע פרעכטיגע מקוה טהרה צום באנוץ פונעם ארטיגן חרד'ישן ציבור.
לרגל די התחלת הבני' איז ר' שלמה אנגעקומען קיין ארץ ישראל וואו ער איז אריין צו מורו ורבו כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, און מכבד געווען צו גיסן דעם גרונדשטיין וואס וועט געפירט ווערן צום מקום הבני' פונעם ביהמ"ד און באזונדער די מקוה טהרה.
ר' שלמה האט געצייגט פאר'ן רב שליט"א די אלע בוי-פלענער פון די מקוה טהרה מיט אלע חומרות והידורים, דער רב האט דאן געגאסן די צעמענט אינעם שטיין, און ווארעם געוואונטשן פאר ר' שלמה און פאר די בוי-מייסטער, און אפגעשיקט א ברכה מיוחדת פאר'ן רב הגה"צ גאב"ד וויען עסטרייך שליט"א.
















תגובות