מעמד קביעת מזוזה פון נייע "קוויטל שטאק" בביתו נאוה קודש פון האד' מסאטמאר אין קרית יואל
- לפני 8 שעות
- זמן קריאה 1 דקות
דאנערשטאג פ' שופטים • ל' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

פארגאגענעם ליל שישי איז פארגעקומען דער מעמד קביעת מזוזה און חנוכת הבית פארן נייעם ביהמ"ד בביתו נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אויף אוהעל קט. אין קרית יואל, אינאיינעם מיט די פילע נייע שטובער און איינריכטונגען וועלכע זענען באנייט געווארן לטובת טויזנטער חסידי סאטמאר וואס קומען כסדר זיך פראווען בקודש פנימה.
ווי שוין ברייט באריכטעט, איז אונטערגענומען געווארן דער גראנדיעזער פראיעקט איבערצובויען און פארברייטערן דעם הייליגן הויז — ביתו נאוה קודש פון הרה"ק בעל ברך משה זי"ע — דורך די הנהלת הקהילה, נאכדעם וואס דאס ארט האט מער נישט געקענט אקאמאדירן דעם וואקסנדן ציבור הבאים אל הקודש.
דורכן ארייננעמען דעם גאנצן צווייטן חלק פונעם הויז איז דער שטאק פארטאפלט געווארן, און עס זענען אהערגעשטעלט געווארן ברייטערע ווארט-צימערן פאר מענער און פרויען מיט באזונדערע אריינגענג, פארגרעסערטע קאווע-שטיבלעך און נאך פילע איינריכטונגען, באזונדער וועט דער היכל הבית מדרש אויך דינען אלס א געשמאקער זאל פאר די פילע תנאים'ס און שבת שבע ברכות.
ביים באשיידענעם מעמד דעם ליל שישי האבן אנטיילגענומען די עסקנים און נדבנים פונעם פראיעקט. דער רבי שליט"א האט קובע געווען די מזוזה ביים הויפט אריינגאנג מיט א ברכה, און מכבד געווען די ראשי הקהילה און די נדבנים צו קלאפן די איבעריגע מזוזות. דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, וואו דער רבי האט מאציל געווען ברכות פאר די נדבנים און עסקנים, און ארויסגעברענגט מיט קורת רוח די חשיבות פון אהערשטעלן דעם מקום אלס א "בית ועד לחכמים", דערצו ארויסצוהעלפן אידן בעת שמחתם, און ערמעגליכן אפצורעכטן תנאים'ס און שבת שבע ברכות פאר שטוינענד ביליגע פרייזן.




















תגובות