היסטאריע אין גור: האד' מגור ערשיינט אויף הוק-אפ ביי מסיבות ברחבי ארה"ק לטובת החזקת בית המדרש הגדול
- Bechatzros admin
- לפני יומיים
- זמן קריאה 2 דקות
עודכן: לפני יום 1
מיטוואך פ' פנחס • כ' תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש

אין אן ערשטמאלגער געשעהניש בחצר הקודש גור איז כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א נעכטן ערשינען אויף א הוק-אפ וואס איז אריבערגעפירט געווארן לעבעדיג אלפי חסידי גור וועלכער האבן זיך צונויפגענומען בכל מקומות מושבותיהם לטובת החזקת ביהמ"ד הגדול ד'גור, דער תל תלפיות שרבבות חסידי גור פונים אליו.
טויזנטער גערער חסידים צושפרייט אין אריבער דרייצן שטעט לענגאויס ארצינו הקדושה האבן זיך היינט צוזאמגענומען ביי די מסיבות לטובת דער צאנטראלער קאסע "תל תפליות" צו דעקן די ריזיגע הוצאות פונעם ביהמ"ד הגדול רונדע דעם יאהר.
צום הויכפונקט פונעם אווענט איז אריבערגעפירט געווארן א הוקאפ פונעם ביהמ"ד הגדול אין ירושלים, וואו דער רבי שליט"א איז אריינגעקומען צו א מעמד מיוחד לטובת דער ביהמ"ד קאסע, ווען ארום דעם טיש זענען געזעצן דעם רבינס קינדער הרבנים שליט"א צו דער זייט פון אלע רבני ק"ק גור פון איבער גאנץ ארץ ישראל, שאפנדיג א מחזה הוד.
הרב יונתן בורנשטיין מנכ"ל איחוד מוסדות גור האט גענומען רשות און איינגעלייטעט די אסיפה ארויסברענענדיג די מטרה פונעם היינט-נאכטיגן אווענט. ער האט דאן אויפגערופן הרה"ג ר' הערשל ראטטענבערג שליט"א רב דחסידי גור אין אמעריקא וועלכער האט איבערגעגעבן דברי חיזוק און התעוררות אין ענייני יראת שמים, לימוד מוסר און תפילה בכובד ראש.
מיט א חרדת קודש האט מען דאן געהערט די ברכת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א קורץ און שארף כדרכו, וואו דער רבי האט געוואונטשן הצלחה, ויענו כל העם אמן.
נאכן רבינס ברכת הקודש האט גערעדט בנו הרה"צ רבי נחמיה אלתר שליט"א וועלכער האט געהאלטן דעם דבר המעמד, אין וועלכער ער האט ארויסגעהויבן די אחריות און וויכטיגקייט צו דערהאלטן דעם הייליגן ביהמ"ד. אין זײנע רייד האט ער אויפגעדעקט פארשידענע אינטערסאנטע פאקטן ארום דעם גרויסן בית מדרש אינדערהיים אין גור - פוילן און וועגן דער רבי’נס היסטארישע נסיעה קיין אמעריקע, מיט עטליכע וואכן צוריק.























