יערליכן זומער־באזוך פון האד' מסאטמאר אין די סאטמארער קעמפס לאזט איבער געוואלדיגן רושם צווישן די תלמידי המוסדות
- לפני 6 שעות
- זמן קריאה 2 דקות
פרייטאג פ' כי תצא • ח' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

די וואך מאנטאג האט כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א אפגעשטאט די יערליכע באזוך אין די קעמפ'ס וואו עס האלטן זיך אויף די תלמידי המוסדות אויף די ימי הקיץ, די באזוכן אין די קעמפ'ס האט ווי שטענדיג איבערגעלאזט א געוואלדיגן רושם אויף די תלמידים פון אלע יארגענג און בפרט די דברות קודש ודברי הדרכה וואס די רבי האט פאר זיי משמיע געווען.
צופרי האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג צום מחנה רב טוב - בחורים קעמפ אין סוואן לעיק, וואו דער רבי האט געדאווענט שחרית אינאיינעם מיט די תלמידי כתה מכינה לישיבה פון וויליאמסבורג און בארא פארק. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר עטליכע בר מצוה בחורים תלמידי המחנה און נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר כנהוג.
נאך שחרית איז דער רבי אריבער צום דערנעבנדיגן לידזשער לעיק קאנטרי צום שטוב פון הנגיד ר' אהרן וויינבערגער הי"ו אויף פת שחרית.
שפעטער איז דער רבי צוריק אין ביהמ"ד אינעם קעמפ ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די לימודים אין די בתי מדרשים, צום ערשט אינעם ביהמ"ד פון תלמידי המוסדות פון וויליאמסבורג ווי דער רבי האט ארומשפאצירט צווישן די טישן און זיך מפלפל געווען אין די לימודים מיט די בחורים, ביים ענדע האט דער רבי איבערגעלאזט א קשיא אין די לימודים. דערנאך איז דער רבי אראפ אינעם ביהמ"ד פון די תלמידי המוסדות פון בארא פארק, ווי דער רבי האט, כמעשהו בראשונה, זיך מפלפל געווען מיט די בחורים.
דערנאך איז פארגעקומען די מסיבת לחיים מיט די בחורים אין ביהמ"ד, מען האט געזינגען חרוזים, און דער רבי האט געטריקנען לחיים און אנגעוואונטשן די בחורים, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש, ובפרט איבער די הארעוואניע אין די אינגע יארן צו באקומען יראת שמים, און דאס קען מען נאר דורך לערנען חסידישע ספרים און מוסר ספרים. און דער רבי האט צוגעענדיגט מיט ברכת קודש פאר די מרביצי תורה און פאר אלע בחורים.
פון דארט איז דער רבי אריבער צום מחנה רב טוב - מחנה נתן צבי אין מאנטיסעלא, וואו עס האלטן זיך אויף די קינדער פון די עלטערע כיתות אין די סאטמארער מוסדות פון וויליאמסבורג און בארא פארק, דער רבי איז ארומגעגאנגען צו די בתי מדרשים פון עטליכע סניפים און פאר קרוב צו א שעה ארומשפאצירט צווישן די קינדער זיך אומקוקנדיג ווי אזוי זיי לערנען, און זיך מפלפל געווען מיט די קינדער אין די לימודים.
דערנאך איז פארגעקומען די מסיבת לחיים אינאיינעם מיט אלע קינדער וועלכע האבן פארגעזונגען הארציגע חרוזים לכבוד המאורע, דערנאך האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר אלע קינדער און מלמדים, און משמיע געווען דברות קודש ודברי מוסר. דערנאך האט דער רבי פארטיילט שיריים פאר די מלמדים צו פארטיילן פאר אלע קינדער.
בעת'ן וויילן אין קעמפ האט דער רבי באגריסט די אייניקלעך תלמידי המחנה און זיי געגעבן טאשן געלט כמנהג אביו הרה''ק בעל ברך משה מסאטמאר זי"ע. די רבי האט פארלאזט די קעמפ און איז אדורכגעפארן צווישן די קינדער בשעת די קינדער באגלייטן דעם רבי'ן בשירה ובזמרה.














































































































































































































































תגובות