והושעת את ישראל: גדולי אדמורי"ם וראשי ישיבות באגריסן ניי-אויפגענומענער שליח קעגן אנטיסעמיטיזם הרב יהודה קאפלאן
- Bechatzros admin
- 22 במאי
- זמן קריאה 1 דקות
דאנערשטאג פ' בה"ב • כ''ד אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש

אין די יעצטיגע טעג איז פארעפנטליכט געווארן א זעלטן געמיינזאמע באגריסונג-בריוו וואס איז געשריבן און אפגעשיקט געווארן דורך די גדולי אדמורי"ם וראשי ישיבות בדורינו, צום לעגענדארן מקורב למלכות און שתדלן אינעם ווייסן הויז, הרב יהודה קאפלאן, לרגל זיין עהרנפולע אויפנאמע דורכ'ן אמעריקאנעם פרעזידענט טראמפ יר"ה אלס פירער פון פעדעראלע קאמיטע קעגן אנטיסעמטיזם.
אויפ'ן בריוו שרייבן אונטער כ"ק האדמורי"ם מבעלזא, צאנז, סערט וויזניץ, ראש ישיבה הגאון רבי שאול אלתר, הגאון הגדול ר' משה הלל הירש ראש ישיבת סלאבאדקא, הגאון הגדול ר' ברוך בער פוברסקי ראש ישיבת פונוביז, און הגאון הגדול ר' מאיר צבי בערגמאן שליט"א.
אינעם מכתב ברכה ברענגען די גדולי הדור ארויס די גרויסע שמחה והודאה מיט'ן ערהאלטן די בשורה איבער די הויכע שטעלע וואס איר האט ערהאלטן פונעם מנהיג פונעם מלכות של חסד בדורינו פרעזידענט טראמפ, צו דינען אלס שליח ציבור און פארשטייער אין די קאמף קעגן אנטיסעמיטיזם, און צו שטיין קעגן די שענדליכע פרואוון פון די שואני ה' ושונאי עמו, וואס בכל דור ודור עומדים עלינו לכלותינו.
די רבנים ברענגען ארויס אז אין די היינטיגע טונקעלע תקופה ווען עס בוזשעווען בייזע ווינטן איבער די וועלט, און מ'ליידט זיך אן פון שנאת ישראל מבית ומבחוץ, איז דאס אויפנעמען א ספעציעלער פארשטייער קעגן אנטיסעמיטיזם א שליחות פון קידוש שם שמים, צו קענען ריכטיג שיצן און קעמפן פאר'ן וואוילזיין און כבודם של ישראל בכל מקומות שהם.
אינעם אויספיר טוען די רבנים איבערגעבן ברכות לרוב פאר'ן נייעם שליח ר' יהודה, און אלע עסקנים נאמנים פאר כלל ישראל, מ'זאל זוכה זיין צו סיעתא דשמיא און חן בעיני המלכות, און קענען אויפטון טובות פאר כלל ישראל באמת ובצדק.


תגובות