top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מבואו ועד צאתו: הילולא קדישא פון הרה"ק מבעלזא זי"ע כ"א אב בצל הקודש פון האד' מבעלזא | ברייטע דעקונג

  • לפני 13 שעות
  • זמן קריאה 3 דקות

זונטאג פ' שופטים • כ''ו אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אנשיל בעק וא.מ.ש.

א גרויס התעוררות האט געהערשט אין די טעג פון דער יומא דהילולא קדישא כ"א אב פון דעם קדוש ישראל ותפארתו הרה"ק מבעלזא זי"ע, וואו טויזנטער אידן האבן אוסיגענוצט דעם גרויסן טאג זיך משתטח צו זיין על ציונו הק' במרומי הר המנוחות, און זיך מתוועד געווען ביי די סעודות הילולא וועלכע זענען אפגעהאלטן געווארן אין צענדליגע מקומות בארבע כנפות הארץ. ובמיוחד האבן טויזנטער חסידי בעלזא געפראוועט דעם יומא אריכתא בצילא דמהימנותא עילאה פונעם ממשיך שלשלת הקודש כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א.


דינסטאג נאכט האט זיך פארזאמלט א גרויסער ציבור אינעם קריה נאמנה אין קרית בעלזא וואו כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א איז אריינגעקומען אין היכל ביהמ"ד הגדול און איז צוגעגאנגען צום עמוד לכבוד די יארצייט, נאך מעריב איז דער רב שליט"א אריינגעקומען אינעם גרויסן שטוב צום לעקיך און בראנפין כנהוג, און דערציילט סיפורים ועובדות פונעם צדיק נשגב דער בעל ההילולא, און ספעציעל ארויסגעברענגט זיין געהויבענער התנהגות בתורה ותפילה, די הכנה למצוה, דאס זיך לייגן באנאכט א.א.וו. וואס דאס איז אויסער די אלע מופתים און פלאות וואס מען קען דערציילן פונעם פעטער.


דערנאך האט מען מכבד געווען צו דערציילן, כ"ק אדמו"ר מנאראל שליט"א וואס האט דערציילט א שלל פון זכרונות און שיינע ענינים, דערנאך האט דערציילט כ"ק אדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א, כ"ק אדמו"ר משאץ ירושלים שליט"א, כ"ק אדמו"ר מזידישטויב בני ברק שליט"א, הרה"צ רבי חיים יהושע באבד שליט"א מטארטיקוב, און צום לעצט הרה"צ רבי אהרן מרדכי שליט"א און די קינדער.


שפעטער כחצות הלילה איז דער רב שליט"א ארויפגעגאנגען צום ציון הק' במרומי הר המנוחות, דער גאנצער חלקה איז געווען געשטאפט מיט חסידים עד אפס מקום, ווען הונדערטער חסידים שטעלן זיך אין די הייעך, צו קענען מיטהאלטן די התרגשות'דיגע מאמענטן, דאס התעוררות וואס האט זיך אפגעטאן ביים ציון גופא איז אומבאשרייבליך, אנקומענדיג צום ציון האט דער רב שליט"א מפריש געווען צדקה פאר מרכז מוסדות בעלזא און דאן געדינט אלס שליח ציבור צו אמירת ספר רביעי שבתהילים ומי יתנה תוקף דאס גרויס התעוררות וואס האט געהערשט ביים זאגן "יהי רצון", און בפרט ביי אמירת י"ג מדות של רחמים.


נאך תהילים זאגן האט דער רב געזאגט קדיש, און דערנאך האט הרה"ח ר' יענקל שיף הי"ו געזאגט דעם קל מלא רחמים פארן רב שליט"א "בעבור שנדב 180 דאללער למרכז מוסדות בעלזא", דערנאך פאר הרה"צ רבי אהרן מרדכי שליט"ט און פאר כל הקהל הקודש.


דערנאך האט דער רב שליט"א געליינט א כוללות קוויטל פון די משפחת המלוכה, און זיך משתטח געווען אויפ'ן ציון הק' זייענדיג מתפלל אויף ישועתן של ישראל בכלל ובפרט.


צו שחרית איז דער רב שליט"א ווידער אריינגעקומען אין גרויסן היכל, צוגעגאנגען צום עמוד און געזאגט די קדישים. שפעטער נאכן דאווענען איז פארגעקומען עטליכע בריתן ביי די חסידים וואו מען האט א נאמען געגעבן די קינדער אהרן, נאכן בעל ההילולא. שפעטער האט דער שמש הרב אהרן קלמן פריעד אריינגעטראגן תיקון, אויף וואס דער רב שליט"א האט געמאכט א ברכה און געוואונטשן לחיים.


נאכמיטאג איז געווען צוגעשטעלט זיך צו וואשן פאר די טויזנטער חסידים, ביים סעודת הילולא אין אלע זאלן אינעם בנין ביהמ"ד הגדול. דערויף איז דער רב שליט"א ערשינען אינעם גרויסן שטוב צום שולחן הטהור וסעודת הילולא, עס איז צום ערשט פארגעקומען די סיום הש"ס לעילוי נשמתו הטהורה, ווי הרה"צ רבי אהרן מרדכי שליט"א, די אייניקלעך און נאך חשובי העדה האבן מסיים געווען מסכתות. די רב שליט"א האט געוואונטשן לחיים, געזאגט תורה, דערנאך געבענטשט ברכת המזון על הכוס און געזאגט די שבע ברכות לכבוד עטליכע חתנים.


ביים טיש האט זיך אנגעזעהן דאס השתתפות פון צענדליגער אדמורי"ם רבנים ומרביצי תורה צווישן זיי האדמורי"ם מוויזניץ בית שמש, מאקאווא, קאסוב, מעליץ, זוועהיל, סטראפקוב, טעמישוואר, גארליץ, באסטאן, באסטאן ביתר, קאמארנא בני ברק, ספינקא ירושלים, שאץ ירושלים, ספינקא סאסרעגן, סאווראן, הגאונים הצדיקים ראש ישיבת וויזניץ, גאב"ד מעלבארן, אבד"ק סקאהל, אבד"ק שטראסבורג, הרה"צ רבי דוד טווערסקי אבד"ק ראחמיסטריווקא ירושלים, הגאון רבי יוסף אפרתי שליט"א און נאך.



תגובות


bottom of page