זונטאג פ' שלח • י"ז סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש
אין א באגריסנדע שריט פון אחדות האט מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א נעכטן בעת רעווא דרעווין איינגעמאלדן פאר קהל חסידיו אז ער וועט זיך אויך אנשליסן אינעם היסטארישן 'מסע הצלה' אוועקצושטעלן דעם ניי געגרינדעטן "קרן עולם התורה" וואס לאזט זיך ארויס אין גאנג היינטיגן זונטאג בראשות פון די גדולי ומנהיגי הדור פון ארצינו הקדושה.
די רבי שליט"א וועלכע לאזט זיך היינט ארויס אויפן וועג קיין אמעריקא צו באשיינען די חתונה פון א אייניקל וואס קומט פאר די וואך אין שיכון סקווירא, וועט מיטהאלטן טייל פון די היסטארישע נסיעה און באשיינען די ביקורי הוד און מעמדי קודש אינאיינעם מיט די אנדערע גדולים אויפצוטרייבן די סכומים אדירים אפצוראטעווען דעם עולם התורה, ישיבות וכוללים אין ארץ ישראל.
די רבי שליט"א האט באטאנט אז באלד ווען די גזירה איז אריין אין קראפט דעם לעצטן חודש אדר האט ער שוין פארגעלייגט דעם רעיון פונעם נסיעה פארן ראש ישיבה הגאון רבי משה הלל הירש שליט"א, און באטאנט די זעלטענע זכיה וואס איז געפאלן בגורלם פון אחינו בני ישראל בארצות הגולה וועלכע וועלן זוכע זיין צו נעמען א פינאנציעלן טייל אין די גרינדונג פון דעם נייעם 'קרן עולם התורה', די רוקן-ביין פונעם עולם התורה בארץ הקודש. די רבי האו דערציילט אז ביי איינע פון די כנסיה גדולה אסיפות האט הגאון רבי שמעיה קאטלאר זצ"ל זון פונעם לעיקוואדער ראש ישיבה הגאון האדיר רבי אהרן קאטלער זצ"ל צוגעוויזן פאר אביו הרה"ק בעל ישועות משה מוויזניץ זי"ע די ערשטע שורות צווישן די משתפפים וואו עס זענען געזעצן די סאמע גרעסטע פילאנטראפן און תומכי תורה, און אויסגעדרוקט אז די אידן אליין זענען ביכולת אויסצוהאלטן דעם גאנצן עולם התורה.
די רבי שליט"א וועט ווי געזאגט היינט ארויספארן קיין ניו יארק, מארגן מאנטיג ביים אנקומען אין ניו יארק וועט די רבי תיכף אריינפארן קיין שיכון סקווירא וואו די רבי וועט האבן די אכסניא אין לויף פון די ימי הנסיעה אין שטוב פון הנגיד החסיד ר' אביגדור עסטרייכער הי"ו, אויפדערנאכט וועט פארקומען די חתן מאהל און צומארגנס דינסטאג די גרויסע חתונה אין שיכון סקווירא. די רבי וועט אויך מיטהאלטן דעם שבת שבע ברכות אין סקווירא שטעטל, און זונטאג וועט פארקומען די שמחה המשולשת חגיגת הכנסת ספר תורה און חנוכת הבית פארן וויזניצער בית מדרש 'צמח צדיק' אין שטאט מאנסי אינאיינעם מיט די צענטראלע שבע ברכות, די רבי וועט אויך ווידמען פון זיין טייערע צייט דורכאויס די וואך און זיך אנשליסן מיט די גדולי וצדיקי הדור ביים מסע הצלה ברחבי ניו יארק. מאנטיג קרח נאכמיטאג וועט זיך די רבי ארויסלאזן אויפן וועג צוריק אהיים קיין ארץ הקודש.
Comments