top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

געמיינזאמע הכרזה דורך האדמור"ים מסאטמאר: עצרת מחאה רבתי דעם א' נח ברחובות מאנהעטן אפצושרייען גזירת הגיוס

  • sfbechatzros
  • 15 באוק׳
  • זמן קריאה 2 דקות

מיטוואך מוצאי יום טוב שמחת תורה • כ"ג תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

שטייענדיג אין א שווערע תקופה מיטן ביטערן מצב בארצינו הקדושה, וואו עס הערשט א סכנה אויף אלע בחורי ארץ ישראל מיט'ן ביטערן גזירות הגיוס, איז אין א היסטארישע אנטוויקלונג געמאלדן געווארן דורך די פירנדע עיני העדה פון איבער גרעיטאר אמעריקא, כ"ק האחים האדמור"ים מסאטמאר שליט"א, איבער א היסטארישער ערשטמאליגן עצרת מחאה רבתי וואו עס וועלן זיך פאראייניגטערהייט צוזאמענען רבבות אלפי ישראל פון אלע שיכטן אין קרייזן פון איבער גאנץ ניו יארק, ניו דזשערסי און קאנאדע אפצושרייען די ביטערע גזירות הגיוס.


צוריק מיט א יאהר איז דאס גאנצע יהדות החרדית אין אמעריקע געווען אנגעגליעט מיט א הכנה דרבה ארויסצוקומען צו אן ערשטמאליגע פאראייניגטע כינוס אדיר "זעקת הגולה" וואס האט היסטאריש געזאלט מאחד זיין אלע שיכטן פון די חסיד'ישע און ליטווישע קרייזן אויף א כינוס זעקה און עצרת תפלה קעגן דעם גזירת הגיוס. אבער ווי ברייט באקאנט זענען די פלענער צעפאלן, צוליב די געשאפענע מלחמה אנגעצויגענקייט אין ארץ ישראל, נישט האבנדיג די מעגליכקייט צו אראנדזשירן די נויטיגע זיכערהייט קרעפטן פאר אזויפיל צענדליגער טויזנטער אידן.


אצינד וועט זיך דאס גאנצע יהדות הגולה, מיט א פאראייניגטע כח, פאראייניגן דעם קומענדיגן זונטאג נח, ברחובות מאנהעטן, צו פארשרייען דעם ביטערע גזירה און די ציוניסטישע שמאלץ טאפ וואס איז אנגעצינדן אויפ'ן העכסטן גראד אריינצוכאפן ערליכע בחורי ישראל אינעם מיליטער מיט'ן ציל להשמיד ולאבד כל הקודש לנו.


יעצט ביים מעמד נעילת החג במעמד אלפי ישראל אין ביהמ"ד הגדול אין קרית יואל האט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א איבערגעגעבן די פייערדיגע הכרזת הקודש וחובת השעה בנוגע די ביטערע גזירה פון גיוס בני ישיבות בארה"ק און דער רבי האט אויפגעפאדערט אז אלע חסידים זאלן זיך באטייליגן ביים מחאה אדירה די קומענדיגע זונטאג.


אויך אינעם ביהמ"ד הגדול סאטמאר אין וויליאמסבורג איז געהערט געווארן דעם הכרזת קודש דורך הרה"ג ר' משה פריעדמאן שליט"א מנהל רוחני אין מוסדות סאטמאר וויליאמסבורג וועלכער איז ארויף אויפן ארון הקודש בעפאר תפילת גשם, און בנוכחות כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, אויסגערופן איבער דעם היסטארישן פארזאמלונג און ארויסגעברענגט דער פליכט פון יעדן סאטמארער חסיד אנטייל צו נעמען ביי דעם עצרת. אין צוגאב האבן זיך פילע קהילות הקודש מאביליזירט מיטצושטיין מיט די מערכה און ארויסקומען מוחה זיין קעגן דעם ביטערן גזירה וואס הויערט אויף די לומדי התורה אין ארץ ישראל.


אין די טעג זענען שוין די ראשי העסקנים ארויף לבתי גדולי ישראל פון די ליטווישע און חסידישע קרייזן צוגלייך זיך דורכצורעדן און אויסשמועסן די דעטאלן פונעם עצרת מחאה אדירה, מיט די באטייליגונג פון מערערע קהלות קדושות אין ניו יארק, ניו דזשערסי און קאנאדע, באזונדער איז מען געזעצן אויף א רייע זיצונגען צו פארזיכערן די מאקסימום הצלחה און קול תפילה וואס זאל אפקלינגען איבער די וועלט מסוף העולם ועד סופו.



תגובות


bottom of page