דרינגנדע "אסיפת הרבנים" בבית האד' ממונקאטש איבער דראענדע געפאר אויף די פארכאפטע 'לב טהור' קינדער
- בחצרות הקודש
- 6 בפבר׳
- זמן קריאה 4 דקות
דאנערשטאג פ' בשלח • ח' שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: ארי פריינד, JDN
א זעלטענע אסיפת הרבנים איז דעם דינסטאג אפגעהאלטן געווארן בביתו נאווה קודש פון כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א אין בארא פארק, מיט א געמיינזאמע אחדות להצלת ילדי לב טהור אין גוואטאמאלא,ַ וואסָ די רעגירונג האט אפגעטיילט פון זייערע עלטערן. די אסיפה איז פאררופן געווארן דורך די עסקנים פון ניו–יארק, ובראשם הגאון הגדול ר' חיים יוסף דוד ווייס שליט"א דומ"ץ סאטמאר אנטווערפן, וואס האט זיך נארוואס צוריקגעקערט גוואטאמאלא, וואו דער דיין האט באזוכט די קינדער פון לב–טהור, און געהערט שרעקליכע עדות. דער סאטמארער דיין, וועלכער איז עומד בראש המערכה, האט זיך תיכף גענומען העפטיג ארבעטן צו ראטעווען די קינדער זיי זאלן אנקומען צו אידישע, געזונטע מקומות, און חלילה נישט ווערן פארפאלן ה"י.
אין א זעלטענעם שריט האט ער צוזאמענגערופן אַן אסיפת הרבנים, וואו די האבן די רבנים דן געווען בדברים העומדים על הפרק און זיך צונויפגעשמועסט וואס כלל ישראל איז מחוייב צו טון צו ראטעווען די קינדער, וואו עס איז דא דער חיוב פון לא תעמוד על דם רעיך.
ביים אסיפה האבן זיך באטייליגט כ"ק מרנן האדמורי"ם שליט"א מסאַטמאַר; מונקאַטש; פאפא; וויען; וויזניץ וויליאמסבורג; וויזניץ בארא פארק; סקווירא בארא פארק; סטוטשין; הגאון רבי מלכיאל קאָטלער, ראש ישיבת בית מדרש גבוה לעיקוואוד; הגה"צ גאב"ד יאַוואזשנע; הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל בעל 'אגלי דבש'; הגה"צ אבד"ק פּאַיע חבר ביד"צ דקהל יטב לב סאַטמאַר; הגה"צ אבדק"ק באבוב 45; הגה"צ גאב"ד סיגעט; הגה"צ רבי אנשיל עקשטיין דומ"ץ בעלזא; הגה"צ רבי הערשל היילפּרין, דומ"ץ וויען ב"פ; הגה"צ ר' מיכל שטיינמעץ דומ"צ סקווירא ב"פ; הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל, רב ביהמ"ד ברך משה; הרה"ג ר' עזרא משה כאירה, רב דקהל אור חדש גוואַטאַמאַלאַ און נאָך.
ביים אנהייב פונעם אסיפה האט דער יושב ראש הרה"ח ר' משה אהרן גוטמאַן הי"ו איינגעלייטעט די אסיפה, און האט אויפגערופן דעם סאַטמאַרער דיין, הגאון הגדול רבי חיים יוסף דוד ווייס שליט"א, איבערצוגעבן זיינע ווערטער.
דער סאַטמאַרער דיין האָט איבערגעגעבן אַ באַריכט פון זיין עקספּערטיז, נאָך וואָס ער איז שוין עוסק צענדליגער יאָרן אין די גרויסע מצוה פון פדיון שבויים. דער דיין האָט דערציילט וויאַזוי ער איז פּערזענליך אַראָפּגעפאָרן קיין גוואַטאַמאַלאַ און זייענדיג דאָרט האָט ער זיך געטראָפן מיט די עסקנים לדבר מצוה, וועלכע גיבן זיך אָפּ מיט דעם צוועק, און במשך פון לאַנגע חדשים וואָס זיי זענען עוסק אין דעם מצוה חביבה עד מאוד פון העלפן די וואָס זענען אַרויס פון לב–טהור זיך קענען מסדר צו זיין צווישן ערליכע אידן און בעז"ה אויפשטעלן ערליכע אידישע שטיבער.
זייענדיג דאָרט האָט דער דיין זיך געטראָפן מיט וויכטיגע פּערזענליכקייטן אינערהאַלב די רעגירונג אין גוואַטאַמאַלאַ און משתדל געווען אַז מען זאָל אַריינלאָזן כשר'ע עסן און וויכטיגע געברויכן פאַר די קינדער. אויסער דעם ווערט געטאָן פיל השתדלות אויפ'ן פראָנט, אַז די קינדער זאָלן חלילה נישט אָנקומען צו אומגעוואונטשענע הענט, זיי זאָלן נישט אַריינפאַלן צווישן די ציונים, אָדער חס–ושלום צווישן גוים רח"ל, און אַז זיי זאָלן אָנקומען צו ערליכע פרומע אידן.
צווישן אַנדערע האָט דער דיין אַרויסגעברענגט די האָפענונג אַז עווענטועל וועלן עלטערן וועלן אַרויסקומען און זיך איינגלידערן אין געהעריגע אידישע מקומות, און קענען אויפציען זייערע קינדער. דער פאַקט איז, אַז עס זענען פאַרהאַן עטליכע משפחות וואָס האָבן דאָס שוין באַוויזן צו טון, און זיי פאַרמאָגן שוין טאַקע זייערע קינדער. למעשה זענען פאַרהאַן די גרויסע מערהייט, וועלכע דערקלערן דערווייל אַז זיי לאָזן נישט אָפּ דעם פּלאַץ, און די רעגירונג וויל בשום אין אופן זיי נישט צוריקקערן די קינדער אין אַזעלכע אומשטענדן. פאַר די קינדער דאַרף מען אַרבעטן זיי צו פּלאַצירן אין היימען צווישן היימישע אידן, אָדער דאַרף מען אויפשטעלן אַ גרויסן מוסד, וואו מען וועט מחנך זיין די דאָזיגע קינדער כדי זיי זאָלן אויפוואַקסן ערליך און געזונט.
די עסקנות פאַר דעם צוועק פאָדערט פילע שווערע געלטער. דער דיין האָט דערציילט אַז עס איז אין פּלאַן אויפצושטעלן אַ ספּעציעלן פאָנד אויף דעם צוועק, וואו מען וועט אויסהאַלטן די אַלע שווערע קאָסטן, וואָס דער פדיון שבויים אַקציע נעמט אַריין אין זיך.
דאן האט אויפגעטרעטן דער לאנג יעריגער כלל–טוער און שתדלן, מו"ה ר' משה דוד נידערמאַן הי"ו, וועלכער אַרבעט אינאיינעם מיט די עסקנים, אויסצושטעלן די לעגאַלע שריפטן און די נויטיגע דאָקומענטן, פאַר די עטליכע וואָס זענען שוין אַרויס און האבן געוואָלט זיך באַזעצן צווישן פרומע, ערליכע אידן, וואס האט געפאדערט שווערע עסקנות מיט אימיגראַציע, היות די קינדער זענען שוין געבוירן אין דריטע וועלט לענדער און האבן נישט פארמאגט קיין אפציעלע דאָקומענטן.
עדות נאמנה האט מען געהערט פון אַ איד וועלכער פאַרמאָגט קינדער און אייניקלעך אין לב טהור. ער האָט דערציילט זיינע איבערלעבענישן אויפ'ן אָרט, בשעת ער איז אַהינגעגאַנגען באַזוכן זיינע קינדער און וואָס זיי מאַכן אַלץ מיט. די רבנים האבן מיט אן ערנסטקייט אויסגעהערט זיינע ווייטאגליכע דיבורים. ואני אנא אני בא מצערו של אבא.
גאָר וויכטיגע עדות איז געהערט געוואָרן פון הגאון ר' עזרא משה קאַירא שליט"א, רב דקהל אור חדש אין גוואַטאַמאַלאַ. זייענדיג רב איבער די קהילה פון די גרים אין גוואַטאַמאַלאַ, האַלט דער רב מיט פאַרשידענע פרטים און איז אויך געווען ביי די קינדער און האָט אַ געוואַלד אָנגעוואָנדן זיי צוצושטעלן כשר'ס און אידישקייט דורכאויס די לעצטע וואָכן. דער רב פאָרט כסדר אַראָפּ אַהין און ער האַלט מיט לעבעדיג מיט די אָרטיגע אַקטיוויטעטן. ער האָט אַראָפּגעגעבן אַ לעבעדיגע באַריכט פון דער מצב, אויפפאָדערנדיג כלל ישראל צו טון וואָס אימער עס איז מעגליך צו העלפן די אידן אויפ'ן אָרט.
מ'האָט אויך געהערט פון הגה"צ ר' יעקב בער טייטלבוים אבד"ק סיגעט, וועלכער האָט פאָרגעלייגט די פּלענער אויפ'ן עתיד. צווישן אַנדערע האָט ער מסביר געווען די וויכטיגקייט פון לויערס כדי צו פאַרזיכערן די מעגליכקייטן צו קענען ברענגען די קינדער צו ערליכע אידישע מקומות, און אויך די אַנדערע הילף מיט אימיגראַציע און נאָך. ער האָט אַרויסגעברענגט דעם ענין וויפיל מען קען אויפטון מיט געלט, און וויאַזוי מען קען אָפּראַטעווען גאַנצע דורות דורכדעם.
עסקנים אויפ'ן אָרט האָבן דערציילט פאַר די רבנים איבער זייערע אסיפות מיט די אינסטאַנצן אין גוואַטאַמאַלאַ, אַז מיט די ריכטיגע מיטלען זענען זיי גרייט צו ערלויבן אַרויסצופירן די קינדער אויף ערליכע מקומות, און אויך אויף דערווייל זיי צוצושטעלן אידן צו זיין מיט זיי. עס איז שייך אַריינצושיקן צווישן די קינדער מחנכים און מלמדים, וועלכע זאָלן לערנען און פאַרברענגען מיט די קינדער. עס איז דעריבער פאַרהאַן פיל עסקנות וואָס מען קען טון צו העלפן די קינדער אויף דערווייל, ביז מ'קען זיי ברענגען צו אַ מקום מנוחה, אויב עס זאָל זיין די נויטיגע פאָנדן דערפאַר.
די רבנים זענען געזעסן, אויסגעהערט די עדות און מטכס עצה געווען וואָס מען קען טון. כולם בפה אחד ענו ואמרו, אַז עס ליגט אַ חיוב אויף יעדן איינעם צו טון וואָס עס איז נאָר שייך צו העלפן די דאָזיגע קינדער און די משפחות וואָס קומען אַרויס פון דעם אָרט, בגוף ובנפש. די גדולי ישראל זענען אַרויס מיט אַ החלטה אויפצופלאַמען כלל ישראל זיך אָנצושליסן מיט ריזיגע סכומים כדי צו ערמעגליכן די הצלה פון די אידישע קינדער - וואָס אַ גרויסער טייל דערפון זענען אָפּשטאַמיגע פון היימישע אידן, און מ'קען זיי בעז"ה צוריקברענגען צו זיין ערליכע אידן על דרך ישראל סבא.


























תגובות