זונטאג פ' ויקרא • ז' אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש
היינט נאכמיטאג האט זיך כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א משתתף געווען ביי א שבע ברכות בביתו נאוה קודש פון אחיו הגדול כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א לרגל די חתונה פון א אייניקל, די כלה א טאכטער ביי חתנו הגה"צ ר' אליעזר צבי טויב שליט"א אב"ד קאלוב ביתר, מיט די חתן אן אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מטשארנאביל שליט"א. עס איז פארפירט געווארן א הערליכע שמועס צווישן די צוויי ברידער האדמורי"ם שליט"א בדברי תורה אין זכרונות פון אמאל, האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק האט מכבד געווען דעם רבי'ן שליט"א מיט לחיים, אין די רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן די חתן אין מחותנים, נאכן שמחה האט האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק ארויסבאגלייט דעם רבין שליט"א לרחובות של עיר.
Comments