דינסטאג חיי שרה • י"ח חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש
אין די יעצטיגע טעג ווערן געמאכט די לעצטע צוגרייטונגען צו די זעלטענע ימי מלכות וואס ווארט אפ די סאמע גרעסטע נגידים און תומכים לבית גור, וואס וועלן אין א ברידערליכע צוזאמענפאר זיך צונויפטרעפן אויף די רייכע 'קפריסין' אינזלען אויף גייסטרייכע "ועידה", ומלכם בראשם כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א.
די "ועידה" ווערט אראנדזשירט דורך צענטראלע קערפערשאפט פון "איחוד מוסדות גור", זייענדיג א ווידער-אויפלעבונג נאך א הפסקה פון עטליכע יאר זייט די לעצטע וועידה, און עס וועט יעצט פארקומען די 12'טע ועידה, ווען די גערער פילאנטראפן און אונטערהאלטער פון די ממלכת החינוך דחצר הקודש גור לאזן זיך ארויס צו די קעניגליכע פאלאצן אין "קפריסין", און וועלן דארט אפראכטן גייסטפולע ימי אורה פון דאנערשטאג חיי שרה ביז זונטאג תולדות, ווען אינעם הויכפונקט ווערט געפראוועט דער מלכות'דיגער שבת חיי שרה בראשות פונעם רבי'ן שליט"א.
אין אן ערשטמאליגער שריט וועט די "ועידה" פארשטעלן אן ערהאבענע געלעגנהייט פאר די תומכים, צו רייזן מיט'ן רבי'ן פריוואט אויף די נסיעה קיין קפריסין, אין א ספעציעל-אפגעדינגענעם טשארטער וואס וועט זיך ארויסלאזן פון ארץ ישראל קיין קפריסין, אינאיינעם מיט אלע נגידים, הן פון ארץ ישראל און הן פון חוץ לארץ, וואס וועלן צוערשט אנקומען קיין ארץ ישראל, און דאן נעמען דעם טשארטער און מיט'ן רבי'ן אינאיינעם פארברענגען על אם הדרך.
דאנערשטאג נאכמיטאג וועט מען אנקומען צו די לוקסוריעזע קאמפלעקס פון טייערע ווילאס וואס וועט פארוואנדלט ווערן אלס אכסניא של ימי וועידה, מלכות'דיג אויסגעשטאט פאר אלע נגידים. שפעטער נאכמיטאג וועט אפגעהאלטן ווערן א צענטראלע מעמד "פתיחת הועידה העולמית" לכבוד די תומכי התורה והחסד, אינעם היכל ביהמ"ד, וואו מ'וועט דאן שלום נעמען פונעם רבי'ן און מקבל זיין ברכת הקודש. שפעטער ביינאכט וועט פארקומען דער מעמד הכביר "אור מופלא רום מעלה", באגלייט מיט מוסטערהאפטיגע פרעזענטאציעס לכבוד התומכים הנאספים.
פרייטאג דורכ'ן טאג וועט פארזעצן די גייסטרייכע פראגראמען, און דער הויכפונקט וועט זיין ביום השב"ק, ביי די תפילות און טישן וואס דער רבי וועט פראווען צוזאמען מיט די נגידים בצוותא חדא, און וועלן געניסן פון די קירבה יתירה על שלחן המלך, און נהנה זיין מאורו הבהיר פונעם רבי'ן שליט"א במשך דעם גאנצן שבת.
コメント