וגם בבנים חמשה: היסטארישע נאכט פון חתונות במעונם פון פינעף אחים האדמורי"ם והרבנים בני הרה"ק מתולדות אהרן זי"ע
- Bechatzros admin
- 11 ביוני
- זמן קריאה 2 דקות
עודכן: 12 ביוני
מיטוואך פ' בהעלתך • ט''ו סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש

וחסד ה' מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים, אין א זעלטן היסטארישע געשעהניש אינעם עולם החסידות איז נעכטן דינסטאג פ' בהעלותך פארגעקומען ברחבי ארצנו הקדושה און ניו יארק פיר באזונדערע חתונות, וואו צווישן די ראשי בית אב די געהויבענע זיידעס ציילן זיך כ"ק מרנן האחים האדמורי"ם והרבנים רועי עדת ישורון די פינעף געהויבענע זוהן פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק בעל דברי אמונה מתולדות אהרן זצוק"ל, וואס רעכנט אריין כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א, כ"ק אדמו"ר מנחלת אהרן שליט"א, הגה"צ ראש ישיבת תולדות אהרן שליט"א, און להבדיל בין חיים לחיים הגה"צ אבד"ק דברי אמונה מאנסי זצ"ל.
דריי פון די חתונות זענען געפּראוועט געווארן אין ארץ ישראל אין באזונדערע שטעט, וואו די זיידעס ביי די דאזיגע חתונות זענען געווען די פיר ברודער האדמור"ים והרבנים החיים אתנו לאורך ימים ושנים, און איז געווען מיט די באטייליגונג פון פילע הונדערטער חסידים וועלכע האבן זיך מיטגעפריידט בשמחה עילאה וחדוה דקדושה ביי די געהויבענע שמחות בבתי האחים הכהנים הגדולים.
אינעם שטאט ביתר איז געפּראוועט געווארן די גרויסע חתונה פון א אייניקל ביים גדול האחים כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, וואו עס איז געגאנגען אונטער די חופה דער חתן א זוהן פון זיין זוהן הגה"צ ר' יואל קאהן שליט"א אבד"ק תולדות אברהם יצחק רמה ד' בית שמש.
אין ירושלים עיה"ק איז פארגעקומען די דאפּלטע שמחה בבית תולדות אהרן וואו עס איז געגאנגען אונטער די חופה הבחור החתן זוהן פון הגה"צ ר' יואל קאהן שליט"א בן הגה"צ ראש ישיבת תולדות אהרן שליט"א, מיט די כלה אן אייניקל פון רבי'ן שליט"א בת לבנו הגה"צ ר' אהרן קאהן שליט"א אבד"ק תולדות אהרן מאנסי.
אין בני ברק איז פארגעקומען די חתונה פון הכלה אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מנחלת אהרן שליט"א, מיט החתן אייניקל פון כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א.
אין די זעלבע נאכט איז אין ניו יארק געפּראוועט געווארן די חתונה פון אן אייניקל פון כ"ק הגה"צ אבד"ק דברי אמונה זצ"ל, דער חתן א זוהן ביי זיין איידעם הרה"צ ר' שמחה בונם רוקח שליט"א מקאזלאוו, וואס איז פארגעקומען ברוב פאר והדר אין די זאלן פון כרם מנחם אין בארא פּארק בהשתתפות פילע חסידים ואנשי מעשה.
והחוט המשולש לא במהרה יינתק, צום קלימאקס פון די געהויבענע ימי השמחה בבתי הצדיקים ווערט געפלאנט א גרויסארטיגער סעודת שבע ברכות וואס וועט הארמאנירן אלע דריי חתונות וואס זענען פארגעקומען אין ארץ ישראל, די געהויבענע היסטארישע שבע ברכות וועט אי"ה אפּגעראכטן ווערן אינעם הויף פונעם גדול האחים כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א און וועט זיין מיט די באטייליגונג פון די אנדערע ברידער די געהויבענע זיידעס, הלא המה: כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א, כ"ק אדמו"ר מנחלת אהרן שליט"א, און הגה"צ ראש ישיבת תולדות אהרן שליט"א, ואתם עמם וועט אויך באשיינען זייער יונגסטער ברידער כ"ק אדמו"ר ממבקשי אמונה שליט"א.
ביי די שמחה וועט זיין א זעלטענער מחזה הוד צוצוקוקן ווי די געהויבענע ברידער די צאצאי הכהונה והמלוכה זיצן אינאיינעם בשבת אחים גם יחד ביי אזא שיינע שמחה וואו די הייליגע שלשלת הקודש ווערט נמשך ביתר שאת וביתר עז צו די קומענדיגע דורות.
תגובות