top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ימי אורה פאר תושבי אנטווערפען ביי יערליכע באזוך פון האד' מוויזניץ לאנדאן אין שטאט‎

מאנטאג פ' בא • כ"ז טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN


דער שטאט אנטווערפען האט די וואך מיטגעלעבט ימי אורה ביים באזוך דורך כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א וועלכע אנגעקומען צוגאסט אין שטאט אויף די יערליכע באזוך בקרב עדת תושבי העיר וואו דער רבי שליט"א האט געפראוועט א גרויסן שבת אין די בית רחל זאלן.


מיטוואך נאכמיטאג האט דער רבי אפגעשטאט א ביקור ניסומין ביים מרא דאתרא הגאון הגדול גאב"ד אנטווערפען שליט"א, און שפעטער באנאכט איז דער רבי אריבער אויף א באזוך בביתו נאווה קודש פון מחותנו כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א וואו די רבי'ס האבן ארומגעשמועסט בנועם שיח און געטרינקען לחיים. 


באנאכט בשעת די זמני כניסה איז אריבערגעקומען אויף א באזוך צום רבי'ן שליט"א, הגה"צ רבי פנחס לייבוש פאדווא גאב"ד קהילת שומרי הדת אנטווערפען.


דאנערשטאג צופרי האט דער רבי געדאווענט שחרית אין וויזניצער ביהמ"ד אין שטאט וואו דער רבי האט עולה געוועהן לתורה און דערנאך זענען די חסידים דורך שלום נעמען פונעם רבי'ן שליט"א. באלד נאכן דאווענען איז דער רבי אריבער צום ביהמ"ד המרכזי דחסידי בעלזא אין אנטווערפען וואו דער רבי איז מכובד געווארן מיט סנדקאות ביי א ברית. נאכן ברית איז אפגעראכטן געווארן א מעמד קבלת פנים לכבודו פונעם רבי'ן שליט"א אין שפיץ פון די דייני הקהילה. און דער רבי האט משמיע געוועהן דברי תורה וברכה.


דערנאך האבן די עסקנים צוגעוויזן דעם רבי'ן שליט"א ביי די בוי ארבעט צו פארברייטערן דעם ביהמ"ד און די חדרי תפילה און דער רבי האט מאציל געוועהן ברכת קדשו פאר די ראשי הקהילה.


מוצאי שבת איז פארגעקומען א רייכע מסיבת מלווה מלכה לטובת די בניני המוסדות, וואס איז אצינד משאת נפשו פון רבי׳ן שליט״א, צו דעקן די צוויי גאר קאסטבארע אונטערנעמונגען, סיי די ישיבה געביידע אין ענפעילד און אזוי אויך דער אפקויף פון א בנין אדיר וואס פאר די ניי-געגרינדעטע בית חינוך לבנות פון מוסדות החינוך וויזניץ לאנדאן, צוויי פראיעקטן וואס האט - אינאיינעם אריינגעצויגן אין שווערע מיליאנען.


די מעמד איז פארגעקומען אין די פראכטפולע עמפייער זאל וואו דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה און משמיע געוועהן מדברותיו לכבוד העם הנאספים. אלס נואם הכבוד האט אויפגעטראטן הגה"צ רבי ליפא טייטלבוים שליט"א דומ"ץ סאטמאר אנטווערפען.


זונטאג פארמיטאג האט זיך דער רבי משתתף געוועהן ביים לוי' פון הגה"צ רבי משה אהרן רייך זצ"ל גאב"ד פשעווארסק וויליאמסבורג זצ"ל, און מנחם אבל געוועהן ביי די קינדער הרבנים הגאונים הצדיקים שליט"א. אויך האט דער רבי מנחם אבל געוועהן ביי משפ' ווייס נאך די טראגישע און פריצייטיגע פטירה פון הב' בנציון ווייס ע"ה, וועלכער האט נאך זוכה געוועהן מיט בלויז געציילטע טעג פריער מקבל צו זיין ברכת קדשו פונעם רבי'ן שליט"א אין אנטווערפען.


אין לויף פון די וואך האט דער רבי אפגעשטאט א ביקור גומלין ביי הגה"צ רבי פנחס לייבוש פאדווא שליט"א גאב"ד קהילת שומרי הדת אנטווערפען. אויך זענען צוריקגעקומען באזוכן דעם רבי'ן שליט"א בבית האכסניא כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א און דער מרא דאתרא הגאון הגדול גאב"ד אנטווערפען שליט"א.


מיטוואך צופרי האט דער רבי געדינט אלס סנדק ביים שמחת הברית פון א אייניקל ביי הגה"צ אבד"ק נאסויד שליט"א פון אנטווערפען אינעם ביהמ"ד המרכזי דחסידי בעלזא און דערנאך אפגעראכטן א שולחן לחיים.





























Komentāri


bottom of page