top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

גדול יהיה כבוד הבית הזה: איבערראשנדע בשורה מרנינה אין חצה"ק טשערנאביל איבער אויפבוי פון מאסיווע "מרכז העולמי"‎

זונטאג פ' שמיני • כ"א אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש


מיט איבערגיסנדע פרייד האבן חסידי טשערנאביל אויפגענומען די בשורה טובה תדשן עצם, איבער דעם לאנג ערווארטעטן פראיעקט פון א גיגאנטישער "מרכז העולמי" דחסידי טשערנאביל אין בני ברק, וואס אנטשפרעכט צו זיין א צענטער פונקט און לייכטטורעם פאר'ן גרויסן ציבור חסידי ואוהדי בית טשערנאביל וואס האבן די זכי' זיך צו קלאמערן און לחסות בצלא דמהימנותא פון כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א.


די פריידיגע בשורה האט אריינגעבלאזן א שמחה רוממה ביים גאנצן ציבור חסידים, שוין לאנג ארויסקוקנדיג אויף דעם מאמענט פון 'הרחיבו מקום אהלך', נאכדעם וואס דער עקזיסטירנדער ביהמ"ד הגדול דחסידי טשערנאביל איז שוין לאנג אויסגעוואקסן פון פלאץ, אויסשטייגנדיג אלס ווירבלנדיגער תל תלפיות, ספעציעל ווען ס'קומט צו די ימים טובים ווען דער געדרענג איז זייער גרויס און מ'ספראוועט זיך זייער שטארק וואו צו פלאצירן דעם ריבוי העם בליעה"ר.


נאך לענגערע הכנות במשך די לעצטערע חדשים דורך די ראשי הקהלה און עסקני קרן הבנין, איז בשעטומ"צ געבראכן געווארן די פרייליכע נייעס, וואס איז איבערגעגעבן געווארן דעם לעצטן ערש"ק צו דורכ'ן רבי'נס איידעם הרה"צ רבי מאטל טווערסקי שליט"א מנהל המוסדות, וועלכער האט איבערראשט די חסידים אז מ'האט בו ביום אונטערגעשריבן קאנטראקט מיט א בוי פירמע וואס וועט אהערשטעלן דעם גיגאנטישן פראיעקט פון א "מרכז העולמי".


אין דער זעלבער צייט איז שוין אויך ערצייגט געווארן די סקיצעס פונעם מרכז העולמי, וואס שטעלט פאר די ערשטע פלענער פונעם מאיעסעטישן בנין אדיר, וואס נעמט אריין אין זיך היכלים מפוארים לתורה ולתפלה, אנגעהויבן מיט'ן היכל ביהמ"ד וואס וועט זיין א כלילת יופי, פרעכטיג און רחבות'דיג אהערגעשטעלט, מיט גאלעריען, מערערע חדרי תפלה פאר מנינים בימות החול, א מהודר'דיגע מקוה, און נאך אלע צוגעהערן אהערגעשטעלט מיט פראכט און גלאנץ ווי ס'פאסט לכבוד בית ה'. באזונדער נעמען די פלענער אריין א גרויסער "היכל הטישן" וואס וועט זיין אלעמאל גרייט צום באנוץ פאר די שולחנות הטהורות און די שמחות אין הויף.


דער נייע ביהמ"ד החדש באדייט א מולטי-מיליאן דאלארדיגער פראיעקט, ווען די ערשטע פאר מיליאן איז שוין געשאפן געווארן דורך די נדיבים בעם ידידי ותומכי בית טשערנאביל, נאך א רייע אסיפות וואס איז אפגעראכטן געווארן במשך די לעצטערע חדשים, אין ארץ ישראל, ענגלאנד און אמעריקע, אלס בעפארגרייטונג צו קענען אריינפירן די בוי פלענער אין פאקטישע שוואונג. אין די ערשטע פאזע וועט מען גראבן די יסודות הבנין, וואו ס'געפינט זיך יעצט דער היכל ביהמ"ד, און אויפדערווייל וועט מען צייטווייליג ארויפגיין דאווענען אויף די העכערע שטאקן, בשעת די בוי ארבעט וועט פארזעצן מיט אימפעט לבנות בית ה'.


לנצח על מלאכת בית ה'.








bottom of page