הנה ימים באים: האד' מגור לאזט זיך ארויס קיין ניו יארק דעם מוצאי שב"ק; סדר ימי הביקור
- Bechatzros admin
- 6 ביוני
- זמן קריאה 3 דקות
עודכן: 8 ביוני
פרייטאג פ' נשא • י' סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש

א פייערדיגע התרגשות דקדושה טוט איינהילן עדת חסידי גור אין אמעריקא, ווען מ׳ציילט שוין די טעג און די שעה׳ן פון דעם גרויסן יומא טבא אריכתא, יום זה גדול לפניך, ווען מען וועט האבן די זכי׳ אז רבם ומאורם, עטרת תפארת ישראל, כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א, וועט אי״ה קומען צו פארן בטלטולא דאורחא כדי אדורכצופירן א היסטארישע אונטערנעמונג, אוועקצושטעלן דעם קרן התורה פאר די ישיבות און כוללים, צו שאפן די ריזיגע געלטער למען קיום התורה, און דערביי אויך מחזק זיין די קהילות הקודש דחסידי גור ברחבי ניו יארק.
טראץ וואס די נסיעה איז געמאלדן געווארן מיט בלויז איין קארגע וואך צוריק, ווען כ"ק אדמו"ר מגור שליט״א בכבודו ובעצמו האט איינגעמאלדן עז חפצו ורצונו צו קומען צו פארן צו זיין לעזר בקודש צוצוהעלפן פאר דעם חשובן אונטערנעמונג, האבן די געטרייע ראשי העסקנים זיך אריינגעווארפן מיט אלע כוחות און בעז״ה באוויזן פארצוברייטן א פולשטענדיגער ״סדר ימי הביקור״ אויסארבעטנדיג אלע דעטאַלן אז דער ביקור הקודש זאל אפגעצייכענט ווערן מיט׳ן גרעסטן כבוד התורה און הצלחה.
די דערהויבענע נסיעה פון רבי'ן שליט"א וועט זיך אנהייבן דעם מוצאי שבת פרשת נשא, ווען דער רבי שליט"א וועט אי"ה זיך ארויסלאזן פון ארץ ישראל, אין באגלייטונג פון א קבוצה נכבדה, בניו הרבנים הגאונים הצדיקים שליט”א ומשמשים בקודש, אויפ'ן פריוואטער פליגער וואס הרבני הנגיד הטפסר המרומם ר' יואל לאנדא הי"ו האט צוגעשטעלט צו פארגרינגערן די לאנגע רייזע פארן רבי'ן.
דער רבי שליט"א וועט לאנדען על אדמת ניו יארק זונטאג אין די פריע פארטאגס שעהן וואו עס וועלן אפווארטן בכבוד ובהדר א דעלעגאציע פון פני ונכבדי העדה וראשי הקהלה וואס וועלן מקבל זיין פני הקודש מתוך שמחה וחדוה אינעם לופטפעלד. אנקומענדיג קיין בארא פארק וועט אי"ה דער רבי שליט"א צופארן צו די אכסני', וואס וועט זיין אין שטוב פון הרבני הנגיד המפואר, מוה"ר יעקב קליין הי"ו זון פון אומפארגעסליכן איש חי ורב פעלים הנגיד החסיד ר' אברהם נח קליין ע"ה ראש וראשון לכל קדשי בית גור.
אנגעהויבן פון זונטאג נאכמיטאג וועט זיך אנהייבן דער לאנגער קייט פון הערליכע מאורעות, מסיבות און מעמדים, וואס וועט פארקומען בראשות פונעם רבי'ן שליט"א, וואס וועט זיין ווי איין גרויסער יום טוב פאר'ן ציבור חסידי גור תושבי ארצות הברית. דורכאויס'ן באזוך פון רבי'ן שליט"א וועלן אפגעהאלטן ווערן עטליכע באזונדערע ענגע באנקעטן פאר די נדיבים וועלכע שליסן זיך אן מיט פאנסטאסטישע סכומים פארן קרן התורה, וואס איז אצינד משאת נפשו הטהורה פון רבי׳ן שליט״א, בראש וראשון וועט קומענדיגן זונטאג אפגעהאלטן ווערן א מסיבה מפוארה לנגידים אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' שלמה ווערדיגער הי"ו יושב ראש אגודת ישראל ד'אמעריקא ומגדולי מחזיקי תורה.
במשך דעם ביקור הקודש וועט אויך פארקומען עטליכע פריוואטע באזוכן ביי גרויסע נדיבים בעם, וועלכע וועלן באשטייערן ריזיגע סכומים לכבודו פונעם באזוך פון רבי'ן שליט"א. אין לויף פון די וואך וועט דער רבי שליט"א דאווענען טייל פון די תפילות ברוב עם הדרת מלך אינאיינעם מיט די חסידים.
דער קלימאקס און הויכפונקט פונעם באזוך וועט זיין ״מיטוואך פארמיטאג״, ווען ס׳וועט אפגעהאלטן ווערן דער ״מעמד חנוכת הבית״, פארן פרעכטיגער בנין האדיר וואס איז געבויעט געווארן פארן תלמוד תורה אמרי אמת אין בארא פארק, אויף וואס דער ציבור קוקט שוין ארויס בכליון עינים און מיט א געוואלדיגער התרגשות דקדושה. דער מעמד וועט אפגעהאלטן ווערן תחת כיפת השמים אויפן גרויסן באדן פארנט פונעם בנין התלמוד תורה, און וועט נאכגעפאלגט ווערן מיט א בחינה פומבי אויפן סדר פון מזומנים, אינעווייניג אין די זאלן פונעם תלמוד תורה וואו דער רבי שליט"א וועט באשיינען בראש המאורע.
אויף שב"ק פ' בהעלותך איז פארהאן א מעגליכקייט אז דער רבי וועט פארבלייבן אין ניו יארק און וויילן אין די מאנסי אומגעגענט אין שטוב פון הנגיד החסיד ר' מאיר פריי הי"ו, אויף א פריוואטער פארנעם מיט די גרעסערע נגידים און פילאנטראפן, די בריחי התיכון פונעם ניי-געגרינדעטע קרן.
די שמחה וחדוה איז נישט מעגליך צו שילדערן! אלפי חסידי גור דרי ניו יארק פיבערן מיט רגשי התעלות, כי הנה מלכך יבוא לך! די הונדערטער בעלי בתים, די פארי העיר והקהלה, די פרחי האברכים, די טויזנטער צאן קדשים, די תלמידים פון די תלמוד תורה, און בחורי הישיבות, אלעס איז געהויבן צו די יום טוב׳דיגע ימים הנעלים, וואס אנטשפרעכן צו הייבן די גאנצע קהלה קדושה מעלות רמות ונעלות.
Comments