top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בריך מתייך לשלום: פליגער פון האד' מגור געלאנדעט על אדמת ניו יארק; בכבוד'דיגע דעלעגאציע אפגעווארט אין לופטפעלד

  • Bechatzros admin
  • 8 ביוני
  • זמן קריאה 1 דקות

עודכן: 9 ביוני

זונטאג פ' בהעלתך • י''ב סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

ויהי בבוקר, היינט בשעה 6:00 פארטאגס האט דער פליגער פון כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א אינאיינעם מיט די פמליא הנכבדה, געלאנדעט אין א מזל'דיגע שעה אין די טעטערבארא עירפארט, די נסיעה האט געדויערט קרוב צו צוועלעף שעה אריינגערעכנט א קורצע אפשטעל אין נארוועגיע. גלייך ביים פליגער האט אפגעווארט הרבני הנכבד מוה״ר שלמה ווערדיגער הי״ו יושב ראש אגודת ישראל ד'אמעריקא וועלכע האט אראפבאגלייט דעם רבי'ן פונעם פליגער.


דער רבי איז צוגעפארן מיטן קאר ביז צום טערמינאל וואו עס האבן אפגעווארט א בכבוד'דיגע דעלעגאציע, אין שפיץ פון הרה"ג ר' הערשל ראטטענבערג שליט"א רב דחסידי גור אין אמעריקא, די ראשי הקהלה והמוסדות, דער בעל האכסניא הנגיד ר' יעקב קליין הי"ו און נאך עסקני הקהילה, וואס האבן שלום גענומען ברוב שמחה וחדוה אז מ'האט דערגרייכט דעם מאמענט, ווען צדיק בא לבית מלוני.


דער רבי שליט"א אינאיינעם מיט די חשוב'ע פמליא זענען אריינגעפארן אין שטאט בארא פארק און צוגעפארן תיכף צו די אכסניא בבית הנגיד ר' יעקב קליין הי"ו, דארט האט דער רבי שליט"א געדאווענט שחרית. שפעטער אין טאג וועט דער רבי באשיינען די ערשטע מסיבות און באנקעטן לטובת די קרן התורה, וואס וועט זיך אנהייבן מיטן עלעגאנטער מסיבה לנגידים אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' שלמה ווערדיגער הי"ו אין פלעטבוש.

ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

Comments


bottom of page