top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

רירנדע "כינוס המצילים" נעמט צונויף געטרייע ארבייטער און עקסנים אינערהאלב הצלה מגיוס אפיסעס שע"י קרן ויואל משה

  • לפני 30 דקות
  • זמן קריאה 3 דקות

מיטוואך פ' כי תבא • י''ג אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

פאריגע וואך מיטוואך פרשת כי תצא למלחמה איז פארגעקומען א זעלטענע 'כינוס המצילים' בראשות הגה"צ אב"ד סאטמאר ירושלים שליט"א, וואס האט צוזאמגענומען אונטער איין דאך קרוב צו 60 געטרייע מיטארבייטער פון די 'קרן ויואל משה' אפיסעס ברחבי ארצינו הקדושה, די כינוס איז געווען מיוחד מחזק צו זיין די גרעסטע מצילי נפשות בדורינו וואס זענען פארנומען יומם ולילה מיט די עבודת הקודש פון ראטעווען צענדליגער טויזנטער נשמות מישראל נישט אריינצופאלן אין די טריפה'נע מיליטער אשר כל באיה לא ישובון.


די כינוס המצילים איז פארגעקומען אין 'מושב בית מאיר' נעבן ירושלים עיה"ק, אויף גאר א פראכטפולע פארנעם. דער מעמד האט זיך אנגעהויבן אין א זייטיגע זאל, ווי די העלדישע עסקנים האבן זיך געזעצט ארום דעם טיש, בראש השולחן זענען געזעצן לאנגיעריגער עסקנים וועלכע האבן צענדליגער יארן עסקנות, זייט ביי זייט מיט די פרישע עסקנים העוסקים יומם ולילה למען הצלת נפשות מישראל. דאן איז פארגעקומען א אינהאלטסרייכע פאנעל צווישן אלע עסקנים וואס איז אנגעפירט געווארן דורך העסקן ר' מאיר שאטלאנד הי"ו מראשי מרכז הצלה שע"י קרן ויואל משה, און פאר העכער 2 שעה האט מען זיך צונויפגעשמועסט גאר וויכטיגע און סענסעטיווע נושאים און פארשידענארטיגע פרישע מהלכים וויאזוי ווייטער צו פירן די קאמף אקעגן די ביטערע גזירה. נאכן אסיפה איז מען אריין אינעם גרויסן זאל, ווי עס איז געווען צוגערישט א סעודה נכבדה פאר די עוסקים במלאכת הקודש, ווי מען האט אינאיינעם פארברענגט בשבת אחים גם יחד.


אלס יושב ראש המעמד האט געדינט הרב ר' דוד גראס שליט"א מראשי יד להושיע שע"י קרן ויואל משה, וואס האט במטיב לשונו ארויסגעברענגט די געוואלדיגע זכי' צו זיין א חלק פון די הצלת נפשות אפאראט, נאכדעם האט מען געהאט די זכי' מקבל פנים צו זיין הגה"צ אב"ד סאטמאר ירושלים שליט"א, וועלכע האט מופיע געווען בהדרו בראש המסובין. דערנאך האט אויפגעטרעטן דער שר הצלה הר"ר בנימין טעפ שליט"א יו"ר הצלה לאחים שע"י קרן ויואל משה, און זיך הארציג אויסגעשמועסט מיט די חברים החושבים וואס שטייען אויפן פראנט להצלת אחינו בני ישראל משמד הגיוס, דורך די פעולות חובקות פון די הייליגע אפיסעס וועלכע ציילן זיך אונטערן שירעם ארגאניזאציע פון "קרן ויואל משה", און גאר שטארק מחזק געווען אנצוגיין מיט די עבודת הקודש ביתר שאת וביתר עוז.


דאן האט מען געהאט די זכי' צו הערן די גאר הארציגע דברי חיזוק פון הגה"צ אב"ד סאטמאר ירושלים שליט"א, וואס האט ארויסגעברענגט אז גאנץ כלל ישראל קוקט ארויס אויף ענק גענעראלן אויפן פראנט, און פון ענק נעמט מען חיזוק אנצוגיין במלחמת השם בעמלק, ווי אויך האט זיי די רב שליט"א באגאסן מיט טללי אורה וחיזוק אנצוגיין ווייטער מיט א שטארקייט מיט די עבודת הקודש. דערנאך האבן אויפגעטרעטן עטליכע חשובע בחורים וואס זענען געווען פארפלאנטערט מיט די מיליטער, און האבן באדאנקט די עסקנים פון קרן ויואל משה וועלכע האבן אומאויפהערליך געארבעט אויף זייער קעיס און בסייעתא דשמיא באוויזן זיי ארויסצוראטעווען פון די ציוני'סטישע נעגל, און זיי האבן זיך באדאנקט בשער בת רבים פאר די געטרייע עוסקים במלאכת הקודש פון די הצלה מגיוס אפיסעס.


נאכן מעמד זענען אלע מצילים וועלכע ארבייטן אין די הצלה מגיוס אפיסעס שע"י קרן ויואל משה אריבער הגה"צ אב"ד סאטמאר ירושלים שליט"א, ווי דער רב האט זיך פערזענליך נאכגעפרעגט ביי א יעדעם באזונדער איבער זיין ראלע און געגעבן חיזוק אויף ווייטער.


דער "כינוס המצילים" האט איבערגעלאזט א געוואלדיגע רושם אויף די שרי ההצלה, וואס זענען אהיימגעגאנגען פון אזא לעכטיגע נאכט לילה כיום תאיר מיט אומבאשרייבליכע חיזוק ועידוד ווייטער אנצוגיין מיט זייער הייליגע ארבעט מחיל אל חיל צו ראטעווען נשמות ישראל משמד.



תגובות


bottom of page