top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קביעת מזוזה וחנוכת הבית פאר נייעם ביהמ"ד המפואר ד'קהל יטב לב ד'סאטמאר 'בנין שיף' בשכונת רעמסאן אין מאנסי

מוצאי שבת פ' תזריע • ה' ניסן תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

דעם דינסטאג  נאכמיטאג איז כ"ק האדמו"ר מסאטמאר שליט"א אנגעקומען אין מאנסי צום מעמד קביעות מזוזה ביים נייעם ביהמ"ד המפואר ד'קהל יטב לב ד'סאטמאר 'בנין שיף' בשכונת רעמסאן נדבת ליבו פון הרבני הנגיד ר' ישראל שיף הי"ו מראשי הקהילה אין מאנסי, דער רבי איז צום ערשט ארום און זיך אומגעקוקט אינעם גאנצן בנין הביהמ"ד, די חדרי התפילה אין די פראכטפולן מקוה, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה אין מאנסי, דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חשוב'ן נדבן הרה"ח ר' ישראל הי"ו, פאר הגה"צ רבי אברהם הערש וואזנער אבד''ק סאטמאר מאנסי און פארן גאנצן ציבור, און  משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט אז די ביהמ"ד וועט אי"ה זיין א לייכט טורעם פארן גאנצן געגנט פאר תורה עבודה וגמ''ח, און ארומגערעדט בשבח פונעם חשוב'ן נדבן און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.


דערנאך האט דער רבי קובע געווען די מזוזה אויפן שער הביהמ"ד און מכבד געווען הגה"צ אבד''ק סאטמאר מאנסי שליט"א צו לייגן א מזוזה.

























Comentarios


bottom of page