זונטאג פ' שופטים • כ"ח אב תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: יהושע פרוכטר
מיט רגשי שמחה והתעוררות איז היינט מיטוואך ראה בשעה טובה ומוצלחת געעפנט געווארן די טויערן פון די נייע ישיבה לצעירים "מתיבתא דרבינו יוחנן" טאלנא אין אשדוד, וואס שטייט תחת נשיאות הוד פון כ"ק אדמו"ר מטאלנא שליט"א, און ווערט גערופן לשמו ולזכרו הטהור פון הרה"ק רבי יוחנן מטאלנא זי"ע.
פארלאפענעם יו"ט חנוכה זענען חסידי טאלנא נתבשר געווארן איבער די פלענער פון די נייע ישיבה, ווען דער רבי שליט"א האט דאן מבשר געווען בתוך קהל רב אז צום קומענדיגן שנת הלימודים, חודש אלול, וועט מען זוכה זיין צו עפענען די נייע ישיבה לצעירים, און דערמיט ממלא זיין רצון קדשו און די צוואה פונעם זיידן דעם רבי'ן ז"ל, אז ער זאל עפענען א ישיבה וואס זאל זיך פירן כדרך אבותיו הק'.
ערב יום הפתיחה, כ"ד אלול, איז דער רבי ארויף בראש קהל חסידיו צום הר הזיתים, מקום מנוחת קדשו פון הרה"ק מטאלנא זי"ע, כנהוג מדי שנה בשנה לקראת די ימי הרחמים והרצון, און נאכ'ן ענדיגן זאגן די סדר קאפיטלעך תהילים און די הקפות כמנהג בית טשערנאביל, האט דער רבי משמיע געווען קורצע הארציגע דברות קודש, זאגנדיג בתוך דבריו אז ער ברענגט דא פאר'ן זיידן א בשורה טובה, אז מחר יהיה האות הזה, ווען מ'וועט בסייעתא דשמיא עפענען די ישיבה כרצון קדשו.
נעכטן נאכמיטאג האט זיך אין א מזל'דיגע שעה געעפנט די שערי תורה, מיט א סדר הלימוד פון דריי שעה רצופות, און דערנאך איז דער רבי אריין צו תפלת מנחה אינאיינעם מיט די בחורים. נאכ'ן דאווענען האט דער רבי אפגעראכטן א שלחן לחיים לרגל דעם גרויסן טאג, ווען צו זיינע זייטן באשיינען די צוות מרביצי תורה. צוערשט האט מען געהערט די ווערטער פונעם ראש ישיבה הגאון רבי ישעי' שלום קאהן, איבער'ן ציל און יסודות פון די ישיבה, און בסיום דבריו פארגעליינט דעם "מגילת היסוד", מיט אלע תקנות הישיבה. דערנאך האט דער רבי משמיע געווען א שיחת קדשו, מיט מערערע יסודות'דיגע דברי הדרכה פאר די בחורים איבער די אופן הנהגה פון א בחור וואס וויל שטייגן בדרכי התורה וחסידות, און בסיום דבריו מעורר געווען זכות אבותיו הק', זיי זאלן אים שטיין צו די האנט און מ'זאל קענען ארויסגעבן פון די ישיבה תלמידים הגונים בני עלי'. צום שלוס האט מען געזינגען ניגוני שמחה און די בחורים זענען אריבער ביים רבי'ן וואונטשן לחיים און דערביי האט יעדער בחור אונטערגעשריבן אויפ'ן מגילת היסוד.
Комментарии