top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אסיפת גדולי ישראל אין שטוב פון ראש הישיבה הגאון רבי דוב לאנדא דורך קופת הצדקה 'ועד הרבנים'

מיטוואך פ' ויקרא • י' אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש


א ספעציעלע אסיפה איז פארגעקומען במעונו פון מרן הגאון הגדול רבי דוב לאנדא שליט"א ראש ישיבת סלאבאדקא, אין בעפארברייטונג צום יערליכן חלוקה דורכן בארימטער קופת הצדקה 'ועד הרבנים' דעם יו"ט פורים.


ביי די אסיפה האבן האבן זיך משתתף געוועהן כ"ק האדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, הגאון הגדול רבי משה הילל הירש שליט"א ראש ישיבת סלאבאדקא, אין הגאון רבי מסעוד בן שמעון שליט"א די ספרדישע רב פון בני ברק. די גדולי ישראל האבן געהערט א באריכט פון די גבאי 'ועד הרבנים' איבער די שווערע אין פארצווייגטע צדקה פראיעקטן וואס איז אונטערגענימען געווארן די תקופה, אין די מלחמה אין ארץ ישראל וואס האט געהאט א שטארקע השפעה אויפן מצב הפרנה ביי פיל היימישע אידן, אין איבערגעגאנגען אלע תמיכות אין צדקות הגונות פון מיליאנען שקלים, וואס וועט פארטיילט ווערן אויף יו"ט פורים להחיות לב אלמנות אין יתומים, אין נאך וויכטיגע צדקה צוועקן.







bottom of page