top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מעמד "קנין זכות" דורך חשובע קינדער פון הנגיד ר' ישראל דוב גאלדבערגער פאר זכות קומה אין נייעם "יטב לב בנין" אין ירושלים

זונטאג פ' יתרו • י"ח שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש


דעם פארלאפענעם ליל שישי איז כ"ק האדמו"ר מסאטמאר שליט''א אנגעקומען קיין קרית יואל וואו עס איז פארגעקומען אן ערהאבענער מעמד "קנין זכות", ביי וועלכן די חשוב׳ע קינדער פונעם סאטמארער פילאנטראפ הנגיד החסיד רבי ישראל דוב גאלדבערגער שליט"א, האבן אינאיינעם אפּגעקויפט דעם זכות פונעם "העכסטן שטאק", דער אכטער שטאק, פונעם נייעם בנין האדיר בית חינוך לבנות וואס ווערט געבויט דורך מוסדות יטב לב בירושלים עיה"ק, לזכות פאר זייערע חשוב'ע עלטערן שיחי', און ס'וועט גערופן ווערן בפאר וכבוד "קומת ישראל דוב וזוגתו הענדל מרים".


די סאטמאר רבי איז אריבערגעקומען אין שטוב פון הנדיב רבי ישראל, וואו זיינע געטרייע קינדער האבן געשאנקען דעם סכום אדיר פון "א מיליאן דאלער" לעשות נחת רוח פאר זייערע חשוב׳ע עלטערן שיחי'.


דער מנהל המוסדות החסיד ר׳ ירמי׳ טייטלבוים שליט"א האט אויפגעטרעטן מיט א ווארעמע דרשה, מ׳האט געהערט דברי שבח ותהלה פון הגה"צ אבד״ק סאטמאר ירושלים שליט"א, און כ״ק האדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט איבערגעגעבן ברכות קדשו, ארויסהייבנדיג דעם "מצוה גוררת מצוה" פון ר' ישראל ובניו הדגולים ההולכים בדרכי אבות, ה"ה הנגידים, ר׳ סענדר הי"ו, ר׳ אברהם יודא הי"ו, ר׳ יעקב משה הי״ו, אין ר׳ יוסף הי״ו.


דערביי האט הנדיב ר׳ ישראל שליט"א איבעררראשט דעם רבי'ן שליט"א ווען ער האט ארויסגענומען א פריוואטן טשעק פון א סכום אדיר, זאגנדיג אז כאטש זיינע קינדער קויפן דא א זכות לכבודו, וויל ער אויך פערזענליך אנטיילנעמען אין דעם הייליגן בנין פון הרה"ק מסאטמאר זי״ע אין ירושלים, ואף ידי תכון עמם, מהנה צו זיין דעם רבי'ן שליט"א.


נאכ׳ן אונטערשרייבן דעם שטר זכות מיט משפחת גאלדבערגער שיחי', האט די רבי שליט״א מכבד געווען הרה"ח ר׳ אהרן הערש פריינד הי"ו, חבר הנהלה, צו זינגען "אילן אילן במה אברכך", שטייענדיג מוצאי חמשה עשר בשבט, און דאן האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א פייערליכן טאנץ, און די רבי שליט״א האט איבערגעלאזט ברכותיו הטהורים פאר ר' ישראל אין זיינע קינדער, זיי זאלן זוכה זיין לכל מילי דמיטב.




















































Comments


bottom of page