דינסטאג פ' חוקת • ג' תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש
אלפי חסידי צאנז זענען איינגעהילט אין א התרגשות עילאה לקראת די דרייסיגע הילולא קדישא פונעם רעיא מהימנא קדישא, הרה"ק בעל שפע חיים מצאנז קלויזנבורג זי"ע, וואס געפאלט דעם קומענדיגן ט' תמוז, מאנטאג בלק.
די היי-יעריגע הילולא טראגט א ספעציעלע העכערע באדייט ביי חסידי צאנז, טוענדיג צוגלייך אפצייכענען א פולע דרייסיג יאר זינט נזר אלקיו על ראשו פונעם מנהיג עדת ישורון, רועם הנאמן כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א, וועלכער איז דאן בעת חשכו המאורות, מיט'ן הסתלקות פונעם הייליגן פאטער, ארויף על כס האדמורו"ת אלס ממשיך דרכו בקודש, זייענדיג שוין פאר דרייסיג יאר כולן שוין לטובה מנהיג די עדה הקדושה בעוז ותעצומות לשם ולתפארת.
לרגל די היסטארישע אפצייכענונג, וועט דער יומא הילולא פארוואנדלט ווערן אלס ימי אורה, אנגעהויבן פון זונטאג נאכט, ווען דער רבי שליט"א וועט מעריך זיין דעם שולחן הטהור לרגל ההילולא, און צומארגנס מאנטאג ארויפגיין בראש קהל אלפי החסידים צום ציון הק' אין נתני'. ממחרת ההילולא, דינסטאג, וועט די גאנצע קהלא קדישא חסידי צאנז זוכה זיין מיטצולעבן די גרויסע שמחת בית צדיקים, די שמחת החתונה ביים רבי'נס אייניקל, טאכטער ביי בנו חביבו הגה"צ ר' יוסף משה דב הלברשטאם רב דחסידי צאנז אין אמעריקע.
לקראת די ימי אורה ושמחה איז פראקלאמירט געווארן אן אייגנארטיגער מבצע פון "ליבאי באורייתא", אין וואס עס נעמען א חלק כלל חסידי צאנז בכל אתר ואתר, אנשים נשים וטף. אין די ראמען פון "ליבאי באורייתא" וועלן די יונגעלייט און בחורים נעמען אויף זיך צו לערנען דורכאויס די יארצייט און יום החתונה צוויי בלעטער גמרא לע"נ דעם רבי'ן זי"ע און לזכות יבלחט"א דעם רבי'ן שליט"א למען יאריך ימים על ממלכתו, די ילדי תשב"ר פון אלע תלמודי תורה וועלן לערנען משניות, אונטער א ספעציעלן סדר פון איינטיילן ששה סדרי משנה צווישן די אלפי התשב"ר. חלק כחלק שליסן זיך אן די בית יעקב אלו הנשים, די טויזנטער נשים צדקניות, וועלכע וועלן זאגן פרקי תהילים דורכאויס ט' און י' תמוז, און מסיים זיין מיט'ן כח הרבים הונדערטער מאל ספר תהילים.
די זעלטענע אונטערנעמונג איז אויפגענומען געווארן מיט אויסטערלישע התרגשות בקרב חסידי צאנז בארץ ובגולה, און ווי נאר די הרשמה האט זיך געעפנט זענען די דפי הש"ס בליץ-שנעל צעכאפט געווארן דורך די טויזנטער חסידים וואס שליסן זיך בהמוניהם כאיש אחד ובלב אחד. דער קלימאקס וועט זיין אין די צענטראלע מאמענטן ביי די שמחת החתונה, ווען עס וועט אפגעראכטן ווערן א זעלטענער "מעמד סיום הש"ס", ווען עס וועט ברוב עם הדרת מלך פון אלפי החסידים חוגגי השמחה, פארענדיגט ווערן גאנץ ש"ס, און וועט בלי ספק פארצייכנט ווערן אלס היסטארישע געשעעניש בקורות חצר הקודש צאנז.
Comments