top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ערשטמאליגע מעמד כוללות קוויטל פאר אלפי תלמידות פון אלע בתי חינוך דחסידי בעלזא‎

זונטאג פ' האזיני • כ"ו אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

דעם מיטוואך איז פארגעקומען בחצר הקודש בעלזא אן אייגנארטיגער און ערשטמאליגן מעמד כוללות קוויטל, געאייגנט פאר די תלמידות פון אלע בתי חינוך דחסידי בעלזא אין ארץ ישראל, וועמנס נעמען זענען געווען אראפגעשריבן אויף א ספעציעלן קוויטל פאר'ן מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א צום נייעם יאר.


דער מעמד איז פארגעקומען אינעם גרויסן שטוב אין קרית בעלזא אין ירושלים עיה"ק, וואו עס זענען אנוועזנד געווען בלויז די פילע הונדערטער מיידלעך פון די בעלזער סעמינארן איבער גאנץ ארץ ישראל, צום ערשט האבן די מיידלעך זיך צוגעהערט צו א דרשה דורך דעם בארימטן משפיע הרה"ג ר' יהושע פינק שליט"א דומ"ץ בעלזא בני ברק, און דערנאך האט אויפגעטרעטן מיט ווארימע ווערטער פאר די מיידלעך די יונגע רביצין תליט"א אשת הרה"צ ר' אהרן מרדכי שליט"א.


מיט א יראת הכבוד האט מען דאן מקבל געווען פני הקודש פונעם בעלזער רב שליט"א וועלכער איז געזעצן אונטער א מחיצה, דער רב שליט"א האט צום ערשט מעיין געווען אין די רשימע פון די אריבער 7000 נעמען פון די מיידלעך תלמידות פון די בעלזער מוסדות אין ארה"ק, און דאן אויפגעטרעטן מיט לענגערע דברי חיזוק והתעוררות צו די בנות ישראל הכשרות און מאציל געווען מברכותיו הטהורות, אין א זעלטענעם שריט האט דער רב גערעדט קרוב צו א האלבע שעה, טראץ דעם וואס אין די לעצטע יארן צוליב חולשת גופו הטהור איז זייער שווער פאר'ן רב צו מאריך זיין מיטן רעדן. נאך די דברות קודש האט דער רב שליט"א פארטייטל געבענטשטע האניג פאר די עסקנים און מנהלי בית מלכה.


נאכדעם וואס דער רב שליט"א האט פארלאזט די גרויסע שטוב האט אויפגעטרעטן מיט א דרשה די הויכגעשעצטע בעלזער רביצין תליט"א, וועלכע האט מיט ווארימע ווערטער מעורר געווען די תלמידות צו מאכן די ריכטיגע הכנות פאר די הייליגע טעג, און דאן זענען די פילע תלמידות ארויסגעגאנגען פון דארט אנגעפילט מיט חיזוק און השפעות דקדושה.







Comments


bottom of page