top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מוויזניץ לאנדאן וועט וויילן אויף זומער-אפרו אין קייאמישע, ניו יארק

מיטוואך פ' ואתחנן • י' אב תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א וועט היינט מיטוואך אפרייזן קיין ניו יארק ווי די רבי שליט"א וועט דאס יאהר וויילן אויף אפרוה אין לויף פון די זומער וואכן, די רבי שליט"א וועט זיך אויפהאלטן די קומענדיגע דריי וואכן אין קרית וויזניץ קאיימישע לעיק אויף די קאנטרי בערג און זיך אנשעפן מיט פרישע כוחות צום ירח האיתנים הבאים לקראתינו לשלום.


ווי געזאגט וועט זיך די רבי שליט"א ארויסלאזן אין וועג היינט מיטוואך נאכט מיט א קורצע אפשטעל אין שטאט טאראנטא קאנאדע ווי די רבי וועט זיך אויפהאלטן מארגן איבערן טאג לרגל די חתונה ביים בארימטן וויזניצער נגיד, הרבני החסיד ר' מרדכי איינהארן הי"ו, אויפדערנאכט וועט די רבי פארזעצן די נסיעה קיין ניו יארק.


אויף דעם שבת קודש פרשת ואתחנן - שבת נחמו וועט די רבי שליט"א וויילן אין קרית וויזניץ קאיימישע בבית בנו הגדול הרה"צ רבי מנחם שלמה האגער שליט"א, און וועט אפרעכטן די תפילות און טישן אינאיינעם מיט אחיו הגדול כ"ק אדמו"ר מוויזניץ קייאמישע שליט"א אין בית המדרש הגדול.


אויף שבת פרשת עקב וועט די רבי וויילן אין עיר ואם בישראל וויליאמסבורג אינאיינעם מיט די בני המשפחה און מיטהאלטן די תפילות און טישן בצל חותנו הגדול כ"ק אדמו"ר מקאלוב שליט"א לרפואה שלימה. א שבת דערויף פרשת ראה שבת מברכים אלול איז געפלאנט א גרויסע שבת ביי וועלכן וויזניצע חסידים פון אלע שטעט וועלן האבן די געלעגנהייט מיטצוהאלטן א שבת בצל הקודש בזמן שהצדיק בעיר, דורכאויס די וואך פון פרשת שופטים וועט זיך די רבי שליט"א צוריק קערן למעון קדשו אין לאנדאן הבירה.

Comments


bottom of page