קרית חוצות: גראנדיעזע "אבן הפנה" פאר נייע "קרית הישיבות" אין בעלזא קעמפ אין וואדרידזש
- בחצרות הקודש

- 21 באוג׳ 2024
- זמן קריאה 2 דקות
מיטוואך פ' עקב • י"ז אב תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: ארי ק., אמ"ש, JDN
מיט פייערליכע רגשי גילה פון הרחבת גבולי הקדושה איז פארלאפענעם זונטאג אפגעראכטן געווארן די גראנדיעזע חגיגה רבתי "הנחת אבן הפנה" פאר די נייע "קרית הישיבות" אין "מחנה בני בעלזא" אין וואדרידזש, וואו עס וועט אויפגעבויט ווערן מיט פראכט א פולקאמע קאמפלעקס פאר די זומער אכסניא פון די דריי בעלזע ישיבות קטנות אין בארא פארק. דער מעמד הגדול איז באשיינט געווארן אין שפיץ פונעם אורח הדגול, הרה"ג רבי אברהם שמואל צבי רוקח שליט"א נכדו חביבו פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, וועלכער איז ספעציעל ארויסגעקומען בשליחות הקודש פונעם זיידן דער בעלזער רב שליט"א צו מפאר זיין בראש המעמד, זייענדיג שטארק מעורב אין אלע פראיעקטן פון הרחבת גבולי הקדושה פון די בעלזע אימפעריע אין ניו יארק.
איידער'ן זיך ארויסלאזן קיין ניו יארק, האט הרה"ג ר' אברהם שמואל צבי באזוכט בקודש פנימה פונעם בעלזער רב, וואו דער רב האט מיט גרויס התרגשות געלייגט אן 'אבן הפנה' פאר די נייע קרית הישיבות, וואס רבי אברהם שמואל צבי האט מיטגעטראגן מיט זיך קיין ניו יארק, צום מעמד אבן הפנה.
דער אורח הדגול איז שוין געווען צוגאסט אויף שבת קודש, און געפראוועט א געהויבענעם שבת התאחדות מיט די בחורי חמד אינעם קעמפ, און צומארגנס זונטאג איז פארגעקומען די אבן הפנה אויף א גרויסארטיגן פארנעם, אינעם שאטער הגדול וואס איז אויפגעשטעלט געווארן אויפ'ן שטח הבני', אויסגערישט מיט הונדערטער פלעצער פאר די פילע הונדערטער חסידי בעלזא וואס זענען געקומען צו פארן פון אלע שטעט. אלס יו"ר האט געדינט הרב אברהם שמואל פעפערקארן שליט"א מנהל ישיבה קארלין סטאלין לעיקוואד מחשובי חסידי בעלזא, און דערנאך האט מען געהערט די פאסיגע דרשות פון עטליכע חברי הנהלת המוסדות פון ב"פ, און דערנאך האט מען אפגעגעבן כבודה של מלכות פאר די לאקאלע באאמטע וועלכע שטייען גרייט מיט'ן ערמעגליכן דעם פראיעקט פאראויסגיין מיט די נויטיגע ערלויבענישן.
מיט'ן משא המעמד האט אויפגעטרעטן דער גרויסער גאסט הרב אברהם שמואל צבי שליט"א, וועלכער האט מיט פאסיגע רעיונות ארויסגעברענגט די שמחה עצומה פון הרחבת גבולי הקדושה, און דערביי פארגעליינט דעם מכתב קודש פונעם רב שליט"א וואס ער האט ספעציעל געשריבן צום מעמד. דאן איז איבערגעגעבן געווארן פאר הרב אברהם שמואל צבי די רשימות פון די טויזנטער שעות רצופות וואס די בחורים האבן געלערנט אלס הכנה צום מעמד.
דערנאך האט מען צוגעטרעטן צום גיסן דעם גרונדשטיין, מיט וואס עס איז בראש וראשון נתכבד געווארן הרב אברהם שמואל צבי, און דערנאך די אנדערע חשוב'ע רבנים ודיינים פון די בעלזע קהילות אין ניו יארק, און באזונדער איז ביקרא דאורייתא נתכבד געווארן כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א וועלכער איז ספעציעל געקומען צו פארן באשיינען דעם מעמד. דערנאך זענען נתכבד געווארן די נכבדי ונגידים בעם. אין די נאכפאלגנדע טעג דורכאויס די היינטיגע וואך טוט הרב אברהם שמואל צבי אפרעכטן געהויבענע באזוכן אין אלע אפטיילונגען אין קעמפ, ווערנדיג איבעראל ענטפאנגען בשמחה רבה והדרת כבוד.



















































תגובות