top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

פרייליכער הכנסת ספר תורה אין קרית ויואל משה מאנטיסעלא לע"נ הגה"צ רבי ארי' לייבוש טייטלבוים זצ"ל דומ"ץ הקריה

  • לפני 31 דקות
  • זמן קריאה 3 דקות

דאנערשטאג פ' ראה • כ''ג אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

מיט גרויס התרגשות און חדוותא דאורייתא האבן הונדערטער חסידי סאטמאר זומער-תושבים אויף די קעטסקיל בערג מיטגעהאלטן דער פייערליכער מעמד הכנסת ספר תורה וואס איז אפגעראכטן געווארן בתוככי קרית ויואל משה אין מאנטיסעלא (איחוד קאנטרי), געשריבן געווארן מיט א פאראייניגונג דורך אלע תושבי הקריה לזכרו הבהיר פונעם אומפארגעסליכן דיין, הגה"צ רבי לייבוש טייטלבוים זצ"ל דומ"ץ הקריה מיום הווסדה, וועלכער איז פלוצים נסתלק געווארן בדמי ימיו און זיין זכרון לטובה איז נאך פריש איינגעקריצט אין די הערצער פון אלע איינוואוינער.


די ימי אורה האט זיך אנגעהויבן ביי מעמדי כתיבת האותיות מיט די ילדי התלמוד תורה, א באזונדערע מעמד אין חצר פון ביהמ"ד לכל קהלא קדישא, און דער מעמד סיום כתיבת אותיות מוצאי שב"ק אין שפיץ פון הגה"צ אבד"ק סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א וועלכער האט גומר געווען די אותיות און משמיע געווען מאמרותיו לכבוד התורה ולזכרו פונעם דיין זצ"ל.


זונטאג יום השמחה איז די ספר תורה ארויסגעפירט געווארן פון שטוב פונעם דיין זצ"ל און איז בתופים ומחולות געפירט געווארן דעם גאנצן וועג ביז צום היכל הביהמ"ד הגדול זכרון יחיאל מיכל, באגלייט דורך תושבי הקריה, פילצאליגע געסט, און די ילדי תשב"ר.


אנקומענדיג אינעם היכל הבית מדרש האט די שמחה דערגרייכט צום קלימאקס, ווען מען האט מקבל געווען פני קדשו פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, דער רבי שליט"א האט איבערגענומען די ספר תורה און געפראוועט די געהויבענע ריקודין של שמחה בעוז ותעצומות פאר א לענגערע צייט, נאכדעם האט דער רבי שליט"א פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג.


דערנאך איז אפגעראכטן געווארן דער מסיבת לחיים רבתי בהיכל הביהמ"ד. מען האט געזינגען ניגוני תורה, און עס האט אויפגעטרעטן בנו הרה"ג ר' שלום טייטלבוים שליט"א דומ"ץ הקריה. דער רבי שליט"א האט געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די פילע אנוועזנדע רבנים, צווישן זיי כ"ק אדמו"ר ממעליץ שליט"א, הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א בעל אגלי דבש, הגה"צ אבד"ק סאטמאר לאנדאן שליט"א, די ברידער און בני המשפחה פונעם דיין זצ"ל, הגה"צ אב"ד נעמפלעמיץ שליט"א, הגה"צ רבי יקותיאל טייטלבוים שליט"א, הגה"צ רבי יחזקאל טייטלבוים שליט"א, הרה"ג ר' יעקב טייטלבוים שליט"א אבד"ק תולדות אברהם יצחק מאנסי, האדמו"ר משינאווא שליט"א, רבני הקריה הרה"ג ר' שלום טייטלבוים שליט"א און הרה"ג ר' שמואל דוד סאקס שליט"א, פארן גאנצן ציבור, און עקסטער פאר הרה"ח ר' חיים הערש שווארטץ הי"ו יו"ר הנהלת איחוד התלמידים.


דער רבי שליט"א האט משמיע געווען מאמרותיו הטהורות ארויסברענגענדיג די שמחה פון א סיום כתיבת ספר תורה, און מאריך געווען בשבח המקום ארויסהייבנדיג בשבח פון קרית ויואל משה וואס איז א מקום שהכול פונים בו וואו מאסן אידן זיצן און לערנען און דאווענען א גאנצן טאג אין די זומער וואכן, אנדערש ווי דעם אלגעמיינעם שטייגער. דער רבי האט אנגעוואונטשן פאר די הנהלת הקריה וואס שטעלן צו אלע געברויכן פארן ציבור במשך די לעצטע 27 יאר זינט די קריה איז געגרינדעט געווארן.


דער רבי שליט"א האט מעלה געווען דעם זכרון פונעם דיין הגה"צ רבי לייבוש זצ"ל  וואס האט אויפגעשטעלט די קריה אויף ריכטיגע יסודות און געדינט אלס רב הקריה במשך אלע יארן, באטאנענדיג אז דאס אריינגעבן א ספר תורה אין ביהמ"ד וואו ער האט מרביץ געווען תורה איז א נחת רוח פאר זיין נשמה אין גנזי מרומים. דער רבי האט געוואנטשן ברכות לרוב פאר בנו הרה"ג ר' שלום שליט"א דומ"ץ הקריה וואס גייט אין די דרכים פון זיין טאטע און איז עוסק לדון ולהורות פארן גאנצן ציבור, און מסיים געווען בברכת קדשו פארן גאנצן ציבור.


נאכדעם האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה און צום שלוס האט זיך דער רבי שליט"א ווידער אויפגעשטעלט טאנצן פאר א לענגערע צייט.



bottom of page