האד' מתולדות אברהם יצחק באזוכט ביי האד' מדושינסקיא אינעם נייעם יישוב קרית דושינסקיא - הר יונה
- Bechatzros admin
- 27 במאי
- זמן קריאה 1 דקות
עודכן: 28 במאי
דינסטאג פ' במדבר • כ''ט אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש

נעכטן אויפדערנאכט האט כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א אפגעשטאט א ביקור גומלין ביי כ"ק האדמו"ר מדושינסקיא שליט"א בבית מדרשו אין די נייע קרית דושינסקיא אין הר יונה וואו דער רבי וויילט די טעג בקרב חסידיו, עס איז ארומגעשמועסט געווארן זכרונות פון הרה"ק רבי יהודה'לע מדזיקוב זצ"ל און איבער די קשרי ידידות צווישן הגה"ק מהרי"ץ דושינסקיא זצוק"ל און הרה"ק בעל אהבת ישראל מוויזניץ זי"ע וועמענס הילולא געפאלט אויס די וואך.
דאס קומט נאכדעם וואס דער דושינסקיא רבי האט זיך באטייליג ביים טיש פרייטאג צונכאטס פון האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק, דער רבי האט געמאכט דעם לאנגן וועג צופיס ביז קיין קרית מעזריטש אין הר יונה וואו ער האט מיטגעהאלטן דעם טיש ביז אין די פריע פארטאגס שעהן. די רבי האט גענימען שיריים פון אלע מאכלים מיט א זעלטענע התבטלות כדרכו בקודש און האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק האט פארטיילט פירות פארן רבינס אייניקלעך און באגלייטער.









תגובות