top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ראש הישיבה הגאון הגדול רבי דוב לאנדא שליט"א שפיטאליזירט נאכן אומפאלן אין שטוב

עודכן: 24 באפר׳

דאנערשטאג פרשת שמיני • כ"ו ניסן תשפ"ה | בחצרות הקודש

היינט אינדערפרי איז מרן ראש הישיבה הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א אריינגעפירט געווארן אין די מעייני הישועה שפיטאל, נאך וואס דער ראש הישיבה איז די נאכט אומגעפאלן ביי זיך אין שטוב אין בני ברק און געליטן שווערע יסורים. מען האט אדורכגעפירט א רייע אונטערזוכונגען וואו די דאקטוירים האבן אנטדעקט א צובראכענעם ביין, וואס דארף באהאנדעלט ווערן.


דער ראש הישיבה וועט לעת עתה פארבלייבן אין שפיטאל, צו דורכפירן ווייטערדיגע אונטערזוכונגען זיכער צו מאכן אז עס איז חלילה נישט פארהאן קיין אינערליכע פראבלעם. כלל ישראל איז מתפלל און מרבה בתפילה לרפואתו השלימה, מרן אפרים דוב בן דבורה, בתוך שאר חולי ישראל.

Comentários


bottom of page