top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מגלין רבו עמו: דראמאטישע באזוך פון הגאון ר' דוב לאנדא ראש ישיבת סלאבאדקע אין טורמע ביי אסירי הגיוס

  • Bechatzros admin
  • לפני 4 ימים
  • זמן קריאה 1 דקות

עודכן: לפני 4 ימים

דאנערשטאג פ' ואתחנן • י''ג אב תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

יעצט נאכמיטאג איז אפגעהאלטן געווארן א דראמאטישע באזוך אין די מיליטערישע תפיסה אין ארץ ישראל, דורך הגאון האדיר ר' דוב לאנדא שליט"א ראש ישיבת סלאבאדקא, וואו ער האט באזוכט ביי צוויי בחורי ישיבה וועלכע זענען ברוטאל ארעסטירט געווארן פאר'ן זיך נישט שטעלן צום טמא'נעם מיליטער, אויף די הוראה פון אלע גדולי ישראל.


די ארעסטירטע זענען די צוויי ברידער הבחור רפאל און ברוך יצחאקאוו פון תל אביב, תלמידי ישיבה מאורות התורה אין טעלזסטאן, וועלכע זענען איבערראשט געווארן ביים מקבל זיין פני כבודו פונעם סלאבאדקער ראש ישיבה וואס די מקורבים געבן איבער אז דער ראש ישיבה איז די לעצטערע טעג זייער נישט במנוחה און זאגט כסדר אז דער מצב פון בחורי ישראל וואס ווערן ארעסטירט לאזן אים נישט שלאפן, און אצינד האט ער אונטערגענומען דעם טלטולא דגברא רבא פון בני ברק צום טורמע, צו מחזק זיין די בעלי מסירת נפש.


אנקומענדיג האט דער ראש ישיבה זיי גאר שטארק מחזק געווען און זיך פאראינטערעסירט אויף זייער מצב, און זיי געזאגט "האלט ענק שטארק! דאס גאנצע יהדות החרדית שטייט אונטער ענק, בעז"ה וועלן ענק ארויסגיין בקרוב, ענק וועלן ווערן צוריק בני תורה, בני ישיבות, ווערטס נישט איבערגערעדט פון קיין שום הסתה, האלטס ווייטער אן מיט א שטארקקייט, כ'בין געקומען אהער צו זיין מיט ענק, ס'איז מיר טאקע אביסל שווער, כ'בין אביסל אלט, אבער מיט דעם אלעם בין איך געקומען, ווייל כ'וויל ענק מחזק זיין" דער ראש הישיבה האט צוגעלייגט אז בעצם איז יעדער מחויב צו קומען, און ער איז טאקע נישט געקומען אין זיין אייגענעם נאמען, נאר אין נאמען פונעם גאנצן יהדות החרדית.

bottom of page