top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ויהי בנסוע: האד' מוויזניץ לאנדאן וועט אפרייזן קיין ארץ ישראל לרגל השמחה ביי איש אמונו

מיטוואך פ' בהעלותך • י"ג סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

אין די יעצטיגע טעג ווערן געמאכט די לעצטע הכנות צו די נסיעה רוממה וואס כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א וועט אונטערנעמען קיין ארץ ישראל דעם קומענדיגן אנהייב חודש תמוז, צו מפאר זיין על ראש השמחה בבית איש אמונו ויד ימינו הרה"ג רבי יעקב יוסף שטערן שליט"א ראש ישיבה פון די ישיבה קטנה דוויזניץ אין לאנדאן.


דער רבי שליט"א וועט וויילן אין ארץ ישראל אויף עטליכע טעג, דורכאויס די ימות החול, אויף ביז שב"ק, און אויך באשיינען ביי מחותנו הגה"צ רבי ברוך שטערנבוך שליט"א אב"ד וויז'ניץ בראכפעלד.


באזונדער וועט דער רבי באשיינען די חתונה הגדול בחצר הקודש וויזניץ, וואס וועט פארגעקומען אנהויב וואך, אויף די פערזענליכע איינלאדענונג פונעם גרויסן זיידן ביי די חתונה, כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, וועלכער האט באופן פרטי איינגעבעטן ביים וויז'ניץ לאנדאנער רבי צו מיטהאלטן די שמחה במעונו. דער וויזניץ לאנדענער רבי האט אנגענומען די הזמנה און האט לכבוד דעם ספעציעל מקדים געווען די נסיעה מיט א טאג, צו באשיינען די שמחה.


דורכאויס דעם ביקור מרומם וועלן חסידי וויזניץ אין ארץ ישראל אריינכאפן די געלעגנהייט מסתופף זיין בצל הקודש און אריינגיין לעצה ולברכה, און באגלייטן דעם רבי'ן אויף די מקומות הק' אין ארץ ישראל.

Comentários


bottom of page