מעמד נשגב ביים כותל המערבי פאר תומכים נכבדים פונעם מרכז הכוללים דחסידי ראחמיסטריווקא
- לפני 4 שעות
- זמן קריאה 2 דקות
מאנטאג פ' נשא א' • ב' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

א געהויבענע מעמד איז פארגעקומען דעם מיטוואך ליל ערב ראש חודש סיוון מוקדם ווען עס זענען זיך צוזאמגעקומען צענדליגער ראחמיסטריווקא חסידים תומכים פונעם מרכז הכוללים דחסדי ראחמיסטריווקא, וואו הונדערטער חשובע אינגעלייט בני עלי' זענען זיך ממית באוהלה של תורה.
די מעמד איז פארגעקומען ביים שריד בית מקדשינו דער כותל המערבי מול קודש הקדשים אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א. אנהייב פונעם מעמד האט די רבי שליט"א געזאגט די תפילת השל"ה אבות על בנים אינאיינעם מיט די חשובע שותפים בהתעוררות רב, נאכגעפאלגט מיט ספר רביעי שבתהילים זייענדיג מעתיר לישועת הכלל והפרט, ביים ענדע האט דער רבי משמיע געווען קארצע דיבורים און אנגעוואנטשן מזאל פויעלן אלעס גוטס.
עס האט נאכגעפאלגט א רייכע סעודה און מעמד הוקרה צווישן די מנהרות הכותל, צוערשט האט מען געהערט א דרשה פון פה מפיק מרגליות הרה"ג ר' לייבוש קארניאל שליט''א ראש כולל עיון בעלזא אין ירושלים, וואס האט ארויסגעברענגט די געוואלדיגע זכיה זיך צו שטיצן אזא חשובן מקום תורה, דאן האט די רבי שליט"א געוואונטשן לחיים און משמיע געווען קורצע דברות קודש און מאציל געווען מברכותיו הטהורות פאר די נדיבים און תומכים.
צום שלוס האבן די חשובער תומכים שותפים קבועים געהאט די זעלטענע געלעגנהייט אדורכצוגיין אל מול פני הקודש ביים רבין שליט"א מיט קוויטלעך און מיט די שטרי שותפות ולהתברך בכל מילי דמיטב מיט בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות. נאך גאנצע פיר שעה האט מען אפגעשטעלט דאס דורכגיין, און דער רבי האט פארשפראכן צו נעמען די איבעריגע קוויטלעך אין די נאנטע טעג.
בשעת'ן דורכגיין איז אנגעקומען הרה"צ רבי נחמי' אלתר שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א וועלכע איז אנגעקומען מתפלל זיין ביים כותל לרגל א שמחה במעונו און איז זיך געקומען וואונטשן ביים רבי'ן שליט"א, ער האט דערביי בייגעשטייערט א סכום הגון לטובת מרכז הכוללים, און דער רבי האט אים איבערגעגעבן א פלאש וויין לברכה.
















































תגובות