חסידי סאטמאר תושבי מאנטריאל וועלן זיך אריבערציען צו די קוט. סט. לוק געגענט בגלילות העיר
- לפני 40 דקות
- זמן קריאה 2 דקות
דאנערשטאג פ' ראה • כ''ג אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

אין די יעצטיגער תקופה ווען דירות פרייזן אין מאנטריאל איז שטארק געשטיגן און פילע תושבי העיר ציען זיך אריבער צו די קוט. סט. לוק, וואס געפונט זיך צוואנציג מינוט ארויס פון די היימישע געגענט, האבן עטליכע עסקנים פון די סאטמארער קהילה אין מאנטריאל זיך פארבינדן קיין קרית יואל צו כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אנצופרעגן את המעשה אשר יעשון, צי עס איז א ריכטיגער געדאנק פאר די בני הקהילה אין מאנטריאל זיך אריבערצוציען צום נייעם געגנט אין קוט. סט. לוק.
די עסקנים זענען דערנאך פערזענליך אראפגעפארן קיין ניו העמפשיר, וואו דער רבי שליט"א האט פארוויילט אין די זומער וואכן, נאכדעם וואס דער רבי האט איבערגעגעבן דורכ'ן טעלעפאן אז אזא ערנסטע נושא פאדערט א פערזענליכן שמועס פנים אל פנים, כדי צו קענען פאסן דעם ריכטיגן באשלוס.
נאך תפילת מעריב און שלו' נעמען, האט דער רבי אנגעוויזן מיטצוקומען אהיים, כדי צו קענען אדרעסירן די נושא מיט א רואיגקייט און ישוב הדעת, און אויסשמועסן אלע דעטאלן און איינצלהייטן וואס עס נעמט אריין ביים מאכן אזא באדייטנדן באשלוס.
נאכ'ן זיך אינטערסירן א לענגערע צייט איבער פארשידענע אנגעלעגנהייטן, פון וויכטיגע נושאים ווי מוסדות התורה פאר די קינדער ביז מינדערוויכטיגע און דעטאלירטע פרטים - וואס דער רבי שליט"א האט אויסגעפרעגט די עסקנים און דורכגעטון יעדן פרט ופרט ביז די לעצטע דעטאלן, איבערגייענדיג די גענויע פרייזן אויפ'ן סקווער-פיס וואס מען צאלט אין מאנטריאל, און וויפיל מען צאלט אין קוט. סט. לוק, האט דער רבי שליט"א ענדגילטיג געגעבן זיין ווארעמע הסכמה און צושטימונג פאר די פלענער צו פארמירן א סאטמארע קבוצה אין דעם נייעם ישוב.
דער רבי שליט"א, וועלכער איז זעלבסט עוסק א גאנץ יאר אין די נושא פון ביליגע דירות אין שטאט קרית יואל, האט אנגעוויזן אז מען זאל צוזאמנעמען א ליסטע און זען וויפיל אימגעךייט זענען גרייט צו מאכן דעם טויש, זיי און זייערע משפחות, און לויט דעם אוועקשטעלן די קבוצה אויף א געהעריגע פארנעם.
אין די נאכפאלגנדע טעג איז אוועקגעשטעלט געווארן א זעלבסשטענדיגע וועד פון סאטמארע חסידים פון שטאט מאנטריאל, וואס וועלן ארויסהעלפן אלע בני הקהילות מיט די טעכנישע פרטים, פון קויפן הייזער און צושטעלן אלע קהילה געברויכן אין די נייע ישוב אין קוט. סט. לוק, וואו עס וואוינען שוין היינט מערערע היימישע משפחות אריינגערעכנט א שיינע בעלזא קהילה וועלכע ציילט צענדליגער ערליכע און חסידישע משפחות.

