top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קרית יואל: הערליכע ביקור נימוסין דורך האד' מבאבוב 45 ביי האד' מסאטמאר

  • לפני שעתיים (2)
  • זמן קריאה 2 דקות

דינסטאג פ' כי תצא • ה' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אייזיק ג

כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א, וועלכער האלט זיך די טעג אויף אין טשעסטער בגלילות קרית יואל אויף אפרוה, איז דעם זונטאג אויפדערנאכט אנגעקומען אויף א ביקור נימוסין בבית נאוה קדשו פון מרא דאתרא כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וועלכער האט אנטפאנגען דעם רבי'ן מיט א שמחה גדולה.


דער רבי שליט"א האט בראשית דבריו ארויסגעהויבן בשבח פונעם עיר גדולה לאלוקים קרית יואל, וואס איז א מקום תורה, עבודה, וגמילות חסדים, און דערביי איז געשאפן געווארן א שיינעם שמועס איבער הרה"ק רבי ישעי'לע מטשעחויב זי"ע הי"ד, בן זקונים פונעם הייליגן דברי חיים, וועמענס יארצייט איז אויסגעפאלן בו ביום ג' אלול. מען האט ארומגעשמועסט שיינע זכרונות פון חסידים ואנשי מעשה פונעם דור הקודם, וועלכע האבן נאך געהאט די זכיה זיך מסתופף צו זיין ביי ר' ישעי'לע זי"ע. און מענין לענין האט מען ווייטער ארומגעשמועסט נאך שיינע ענינים פון צאנז, ראפשיץ, און נאך סיפורי צדיקים.


דער סאטמארער רבי האט געשאנקען פאר האדמו"ר מבאבוב 45 ספרו החדש לב אהרן חידושי סוגיות אויף מסכת פסחים, און נאכ'ן הערן אז מ'לערנט יעצט פסחים אין די מתיבתא באבוב 45, האט זיך דער סאטמארער רבי שליט"א אינטערעסירט איבער די סוגיא וואס מ'איז עוסק דעם זמן. באלד האבן זיך די אדמו"רים שליט"א אריינגעלאזט אין א טיפן לומדישן שמועס אין די שווערע סוגיות פון פרק כל שעה אין מסכת פסחים, וואס איז געווען א תענוג רוחני פאר די אלע וואס האבן מיטגעהאלטן דעם שיחת תלמידי חכמים. צום שלוס האט דער סאטמארער רבי שליט"א מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים, און די רבי'ס האבן זיך געוואונטשן ברכות לרוב, ספעציעל מיט א כתיבה וחתימה טובה.


 נאך דעם שיינעם באזוך וואס האט זיך פארצויגן קרוב צו א דריי פערטל שעה האט דער סאטמארער רבי שליט"א ארויסבאגלייט דעם גאסט, כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א, ונפרדו לשלום בברכות לרוב.



תגובות


bottom of page